| נשלח ב-11/12/2005 16:02 |
|
| |
** וואס איז דאס היידפארק? **
אונזער חבר "בענקל34" האט געפרעגט עטליכע שאלות בענינא דהיידפארק, וועלן מיר טאקע לכבודו גרינדן אט דעם אשכול וואו יעדער וואס האט א שאלה אדער הערה אין דעם ענין זאל דאס פרעגן אדער זאגען.
איך וועל אנהייבן מיט אן ענטפער פאר מיין ידיד ר' בענקל אויף זיינע אנפראגעס (וועלכע ער האט געלייגט אינעם אשכול "פראגע פון פרשת ויצא").
מיין טייערער בענקל, דו האסט אנגעפרעגט דעם עולם עטליכע שאלות בנוגע דעם פארק אין וועלכן מיר פארברענגן אזויפיל צייט (בעוה"ר), לאמיר דיר פרובירן ענטפערן כפי שידי יד כהה מגעת.
1. א תגובה מיינט א "רעאקציע" (לויט אונזער ידיד מר. התאחדות) אדער א "מעסעדזש/פאוסט" לויט מיין השערה.
2. היידפארק איז געמאכט געווארן דורך עטליכע חברה אין איזראעל, איך גלייב אז זיי האבן אינוועסטירט דערין אסאך געלט, אבער זיי מאכן דאס צוריק פון אדווערטייזמענטס וואס דו זעהסט אין די זייטן דא. יעצט געהערט דאס פאר א קאמפאני מיטן נאמען "חברה".
3. מסורת היידפארק איז געגרינדעט געווארן דורך דעם אנפירער פון דעם "בחדרי חרדים" פורום (א העברעאישע פורום וואס האט די מערסטע ליינער און שרייבער ווי סיי וועלכע פורום אויף היידפארק), כדי אונזערע אידעלעך זאלן זיך נישט דרייען אויף היידפארק אליין וואס איז אנגעפולט מיט כל דבר אסור.
4. דער זייגער צייגט די צייט פונעם מיטל מזרח (ארץ ישראל וכדו'), ביי זיי איז דא דרייצן אזייגער (נאך צוועלף מיטאג) אזוי ווי אין אסאך אנדערע לענדער אויסער אמעריקע.
5. א רויטע פינטל קען א מנהל לייגן נעבן אן אשכול, דאס מאכט אז דער אשכול זאל בלייבן אויבנאן אז יעדער זאל זיך גלייך באגעגענען דערמיט. געווענליך לייגן מיר דאס ווען עס איז דא א וויכטיגע מודעה און מען וויל אז יעדער זאל דאס באמערקן, אדער ווען עס איז אן אקטועלע טעמע ווי די פרשה פון די וואך.
6. א מנהל מיינט א בעל אחראי, ער האט געגרינדעט דעם פורום, און ער נעמט זיך אונטער אז עס וועט זיך פירן לויט די תקנות פונעם פארק. אויב א מנהל זעהט עפעס וואס טויג נישט, קען ער דאס אויסמעקן, טוישן, ארונטער נעמען א גאנצע אשכול, אדער אפילו חוסם זיין (פארשפארן) יענע ניק פון שרייבן אויף דעם פורום. עס איז נישט שווער צו ווערן א מנהל, עס איז אבער א געוואלדיגע אחריות.
7. א שלאס אויף די זייט פון אן אשכול מיינט אז דו קענסט נישט צושרייבן דערצו, עס איז פארשלאסן פאר ווייטערדיגע דיאלאג.
איך האף אז דו האסט פארשטאנען, אויב נישט, זיי מקיים נאכאמאל דעם ולא הביישן למד וואס דיין רבי האט דיר געלערנט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 16:23 |
|
| |
תגובה מיינט רעאקציע לויטן העברעישן מילון, הודעה מיינט מעסעדזש/פאסט
תוקן על ידי - ChiefRabbi - 11/12/2005 16:25:05
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 17:37 |
|
| |
קרעמער thank you די האסט מיר קלארער געמאכט אפאר זאכן שאלה פארוואס קען מען נישט מאכן אן אייגענע סייט און נישט דארפן אונקימען צי זיי ?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 19:19 |
|
| |
בארטענדער;
דו פרעגסט א גוטע שאלה, איך פרעג דאס שוין א לענגערע צייט: איז דען נישט דא אויפן גאנצן וועלט ברייטן וועב עפעס א נארמאלערע פלאץ ווי היידפארק וואס האט מיליאן און איין פראבלעמען???
היידפארק האט פארשידענע פראבלעמען:
1. יעדע נאכט פון עלף אזייגער ניו יארק צייט ביז בערך חצות הלילה איז עס טויט, מ'קען נישט אריינגיין אפילו מיט געוואלד.
2. אפטמאל קען עס אינמיטן טאג באקומען די 'עלף אזייגער ביינאכט' מחלה, און קענסט גארנישט טאן דערצו.
3. מען ברויך זייער אסאך מאל אויפפרישן א בלעטל כדי צו זעהן די צוגעקומענע תגובות.
4. מסורת האט לעצטנס געמאכט געפערליכע פראבלעמען.
5. נאכן דרוקן "שלח תגובה" קען זיך אמאל געבן א מעק אויס די גאנצע זאך, און עס קומט ארויף א מעסעדזש "תקלה בלא בלא בלא" [אין אנדערע ווערטער: שטעל דיר אויפן קאפ מיט די פיס ארויף און שאקל זיי רעכטס און לינקס, עס גייט אונז קנאפ אן].
ווער עס ווייסט פארוואס מיר זיצן דוקא דא, זאל ענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 19:25 |
|
| |
מאכן א אייגענע סייט קאסט געלט (איך ווייס נישט צו אסאך צו ווייניג אבער געלט קאסט עס), והשנית אויב מאכסטו א אייגענע סייט דארפסטו אליין זיך אפגעבן מיטן אויסשטעל וואס פארנעמט אסאך צייט אויב קען מען אליין עס מאכן, און אויב נישט דאן קאסט עס ווייטער געלט (און דאס קאסט שוין יא מסתמא אביסל מער) און דערנאך דאס כסדר צו סערוויסן טעקניקל סאפפארט וכדומה אלעס דארפסטו אליין טוהן, (עס איז דא אויך מעלות ביי א אייגענע סייט ווייל דו ביזט אליין בעה"ב און דו קענסט טוהן וואס דו ווילסט, אבער דאס זענען די חסרונות),
מה שאין כן דא צו זיין א מנהל דארפסטו נאר שרייבן וואס דו ווילסט (און מעקן אויב עס פעלט זיך אויס) און אלעס ווערט אליין אויסגעשטעלט אויטאמאטיש מיט זייער סיסטעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 21:26 |
|
| |
די 'ליבליכע' נוסח מיט וואס איך באגעגן זיך גאר אפט ביים שיקען א תגובה:
התגלתה תקלה
נעשה שימוש חוזר בטופס שליחת ההודעה, יש להכנס לטופס שוב מהאשכול
חזור אחורה ותקן הבעיה
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 21:30 |
|
| |
בן הרחמן;
איך האב פארשטאנען אז בארטענדער מיינט צו פרעגן בעיקר פארוואס דווקא היידפארק, ער מיינט נישט אז מיר זאלן גרינדן א נייע סייט, ווייל ווער איז דען אינטערסירט אליינס צו גרינדן א נייע סייט (אויסער עטליכע קריעטיוו מענטשן וואס איך קען...).
די זעלבע שאלה האבן שוין אנדערע געפרעגט, און איך האב נישט קיין געהעריגן תירוץ: וואס זענען די מעלות און/אדער חסרונות פון א בלאג??? מיט וואס איז דאס בעסער אדער ערגער ווי היידפארק?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 22:03 |
|
| |
סתם אן עצה טובה פאר די תקלה בלא בלא בלא, איז צו מאכן בעק סעלעקטן די גאנצע הודעה, און קליקן א רייט קליק (פאר די וואס האבן אויסגעשטעלט נארמאל די מאוז, פאר די איטרי מאוז א לעפט קליק), סעלעקטן די אפשען קאפי, און דאן מאכן נאכאמאל בעק און ווידער שלח תגובה, און גייט אריין אין קעסטל וואס שטייט אין זיין רעכטע זייט הודעה, וואס איז שוין פעסגעשטעלט געווארן אז דאס מיינט פאוסט, און ווידער א רייט קליק, פאר די איטרי מאוז א לעפט קליק כנ"ל, און סעלעקט פעסט, און דאן וואונדערליך קומט ארויף די גאנצע הודעה צוריק, און דאן שיקט די תגובה, געווענדליך גייט דאס.
נאך אן עצהטובה, צו מאכן די קאפי נאך פאר מ'פּרעסט שלח תגובה, דאן איז דאס מער פארזיכערט.
נאך אן הודעה בעלמא, געווענדליך פאסירט די תקלה, אויב אינעם אשקול פאר מ'האט געמאכט הוסף תגובה, האט מען געמאכט ריפרעש, ממילא כאפט מיסטער היידפארק נישט פונקטליך וואו דאס אהין צו דעליווערן דעם פאוסט, אזוי איז דאס ביי מיר.
בדרך אגב יאך קלער אז דער גראף ווייסט די זאכן בעסער פון מיר, סשטיינס ער האט אן איי קיו פון 141, הגם ער האט זיך נאך נישט אנגערופן אין דעם דאזיגען אשקול, אבער מי יבוא אחר..., סאו פאר בעטער אסיסטענס, קלאפט אהן אין טיהר פון גראף.
תוקן על ידי - התאחדות - 11/12/2005 22:03:03
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 22:50 |
|
| |
we are trying to integrate a forum system in
our website,
http://xthost.info/heimish1/index.html
but the main problem is that most projects available
out there, don't support right-to-left
but we are still looking
bye
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 23:24 |
|
| |
עס איז דא אסאך סייטס וואס האבן פארום'ס, אבער אלע זענען עפ"ר אויף ענגליש.
משא"כ הייד פארק ארבעט אלעס אויף אידיש/היברו.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 23:38 |
|
| |
שכח רב קרעמער פארן נעמן די מי און אזוי שיין ענטפערן אויף מיינע אנפראגן,איך וועל דיר זאגן דעם אמת ווען כהאב געעפנט היינט די קרעטשמע האב איך די ערשטע זאך געקיקט אויב די האסט מיר עפעס גענטפערט ,און געזעהן האב איך אז נישט בין איך געווען אביסל דיסעפוינטעט אז די מאכסט דיך נישט וויסענדיג פון מיר,אבער די דיסעפוינמענט איז נישט געווען אויף לאנג ווייל כהאב גלייך באמערקט ווי די האסט געענפענט א נייע אשכל לכבוד מיר ,פארדעם קומט זיך דיר אן עקסטערען דאנק,מיט די זייגער קען איך מיך נאך נישט אויס ווייל א"י איז דאך געריקט פון דא מיט א זיבן שעה דאכט זיך מיר,און איך דארף נאך טראכטן וועלעכע שעה פערצן-פופצן איז, צי שווער פאר מיר
,הייד פארק האט נישט אזא זאך ווי chat מען זאל קענען נארמאל שמיסען דער עולם איאיינעם אדער עקסטער?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2005 02:52 |
|
| |
יישר כח מר. התאחדות פאר די נוצליכע אינפארמאציע, יאך האבע געוואוסט אז מען קען קאפירן און פיצן (פעיסט אויף אידיש, אויב טאאט-פעיסט מיינט ציין-פיץ מיינט קאפי-פעיסט קאפירן און פיצן), אבער דעסטוועגן דאך קען דאס דענערווירן אפילו איינעם פון 141 אייקיו. וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2005 03:00 |
|
| |
We are thinking of integrating a Chat system
BUTwe must have a safeguard system to prevent missuse
any ideas, post here,
or email us at
[email protected]
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 07:54 |
|
| |
וואס איז פשט אז סשטייט לא נמצאו הודעות ווען מיט א האלבע שעה צרוק איז עס געווען פיל ?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 19:32 |
|
| |
בארטענדער א גוטן
ווי שטייט די זאך וואס דו שרייבסט?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 19:36 |
|
| |
יעדע נאכט איז דא די קרענק, עס איז דא וואס רופן עס וועסטעל קבוע.
תוקן על ידי - 3x0 - 13/12/2005 19:35:38
|
|
|
|
|