חזנות קאנצערט היינט -Once in a life time
מצורף קובץעס קומט היינט פאר א חזנות קאנצערט אינעם פרעכטפולן לינקאלן צענטער ווי דער וועלט בארימטער חזן
איטשע מאיר העלפגאט נ"י
גייט אויפטרעטן, מיטן פולן חסידישן לבוש כרדכו, אפילו מיט די הויזען אין די זאקן...
דער פראגראם וועט זיין געווידמעט כמעט אינגאנצן אויף משה קאסאוויצקי'ס ניגונים, אין וועמענס שניט האלפגאט ענדעלט די מערסטע.
דער נו יארק פילהארמאניק ארקעסטרע וועט שפילן די מוזיק אנגעפירט דורך'ן מייסטרא אליין, דר. מרדכי סאבעל נ"י מיטן יובל קאאר.
די יודעי דבר זאגן אז אזא קאנצערט קומט נישט פאר אפט אין וועט זיכער זיין צום געדענקן.
תוקן על ידי - סעמאן_פיש - 19/12/2005 2:10:56

|
|