ליפא שמעלצער וועט פון קיינעהארע קיין עין הרע נישט ליידן.
אלע סטיילס אין מוזיק אלע אקצענטן פון שיכטן קריגט איר פאר 15 דולור, יא, און אויך אביסעלע ווארע פון ליפא זעלבסט…
איך צווייפל ווי ס'איז מער ריכטיג אנצוהייבן; ביי ליפא אדער ביי זיין אלבוים.
ליפא האט אונז שוין אין די פארגאנגענהייט איבערצייגט אז ער איז טאלאנטפול. צו איז דאס אין ליריקס, קאמפעזיצע אדער פארפארמענס, ער קען דעליווערן אין אלע הינזיכטן. אבער ס'שיינט מיר אז ליפא וויל גיין אין גאר אן אנדערע ריכטונג.
יא, ליפא וועט אריין גיין אין היסטאריע אלס דער ערשטער חסידיש'ע ארטיסט וואס האט קאמפאזירט אין געזינגן דזשעז(נישט אים שבת גערעדט, ניגון 8). אויב איז דאס געווען זיין ציל האט ער דאס דערגרייכט. היסטאריע וועט גאנץ ווייניג זיך קימערן מיטן פאקט אז דאס איז פילייכט אויך די ערשטע דזשעז ניגון וואס קריכט אזוי מיסטעריעז אוועק און ענדיגט זיך ווייט פון זדשעז... כ'רעדט שוין נישט פון דעם אז די דזשעז עפאכע איז שוין אן פארגאנגענהייט, אבער וויבאלד דאס איז "אנדערש" פון געווענליך איז עס געניג פאר ליפא.
ס'לאזט זיך קאמענטירן, נאכן הערן אזא טעיפ, אז ליפא ליידט אויף אן ערענסטע אידענטיטעט צומישעניש.
ס'קען מיר איינער זאגן פארוואס-אין-דער-וועלט ער "מיז" זינגען מיטן מיטל מזרח אקצענט (שלי שלך, ניגון 2) ווען ס'איז פארשטענדליך אז עמיצער וואס איז נישט געבוירן מיטן נויטיגן גארגעל וועט גאנץ באשטימט אנ'בוטשער'ן א ניגון ביים פרובירן צו "נאכמאכן". איך וואלט עם דאס שוין מוחל געווען ווען דאס קומט נישט מיט א פרייז פון זינגן off tune (02:14(
ער זיכט צו זיין פראוואקעטיוו, רעבעליעס און ועל כולם דער עולם זאל שמועסן פון די קאמישע ליריקס. רבותי מיר וועלן בענטשן, קיינע הארע, ער גיט זיך אבער נישט די פרידאם פון לאזן זיין מיינד רעדן. טאמער קומט אים א ניגן אין קאפ וואס וועט נישט מאכן די העדליינס ביי די פרחי כהונה איז נישט ווערט איר פלאץ אויף זיין טעיפ.
א שאד א שאד. ליפא געב אונז וואס ס'איז דיר בייגעפאלן פאר אין נאך תזכה למצות! ס'איז דא אן ערענסטע פארלאנג פאר דעם.
ווי איז דער מוזיק'אלישע א כפרה אדער ביטער און זיס פון די אלבום?, איך זיך א "ליריקס" א שטייגער ווי געלט.
איידער איך בין מסיים: ס'קומט אים דאך קרעדיט פאר אזא ניגון ווי לימוד זכות. די נאכאנדע טויש אין סקעיל, פון מעזשעאר צו מיינאר, און צוריק איז א צייכן אז ליפא האט אינזין געהאט א קינצליכע ניגון. נו, אז ס'איז נישט געלונגן אזוי polished און smooth קומט אים אויך גארנישט, כאטש האט איר פרובירט.
יעצט שרייבענדיג האלט איך שוין אינמיטן די צווייטע מאל הערן:
ס'סאונד שוין בעסער.
תוקן על ידי - average - 25/12/2005 19:24:12
 |
|
|