בית פורומים היימישע קרעטשמע

*** א ניכטערן בליק אויף טעכנאלאגיע ***

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2005 21:35 לינק ישיר 
*** א ניכטערן בליק אויף טעכנאלאגיע ***

באקאנט דעם מאמר מה שיעשה הזמן לא יעשה השכל...
ווען אין די וועלט וואלט איך זיך געגלייבט איז איך וועל זיך אראפזעצן שרייבן בכלל, און ווער רעדט נאך פון זיך אראפזעצן שרייבן ארטיקלען און באשרייבונגען...

אלא-נאר וואדען? אריינוואנדערונג דא אין די קרעטשמע און צוזעענדיג ווי די שרייבער 'נארטורליך' און 'יענטאש' האבן אויסגעשארפט זייער שפיז און געצילט זייערע נעגעטיווע געפילן אנטקעגן מיינע פראגעס (פרעג פארוואס?), טענה'נדיג, הלמאי איך קריטיקיר נאר און שרייבן שרייב איך נישט?, דעריבער האב איך זיך געשפירט אין מיר ווי א שטיקל באלחוב, אביסל שולדיג, אפשר טאקע, האב איך זיך אנגעגארטעלט, אראפגעזעצט און אפגעשריבן אן ארטיקל, בכדי צו צייגן פאר די אויסגעשטרעקטע שפיזן וועלכע האבן געצילט קעגן מיר, אז איך מיין נישט דא בלויז צו קריטיקרן ח"ו
אויך וועט דאס דינען ווי אזא תועלת פאר די שרייבער, אז בלויז פראגעס ברענגען אויך א תועלת..., ווי איר וועט דאס באלד ליינען.

פארווארט
בעת איך האב זיך אפגעזעגנט פון אייך נאך מיין ערשטע באזוך אין קרעטשמע, ווען עס איז פאר מיינע פליישיגע אויגן אנטדעקט געווארן אן עולם חדש, א נייער וועלט, האבן מיר מיינע געדאנקען אנגעהויבן טרייבן און מיטשן על מה עשה ה' ככה? פארוואס פאר א שווארץ יאר האב איך אריינגעוואנדערט דא צו אייך אין די קרעטשמע? ווייסט דער רוח וואס האט מיר נאך געטראגן אז כ'האב זיך נישט באגענוגט מיט א בלויזן באזוך, איך האב אויך געמוזט עפעס אנפירקלען און שרייבן, פרעגן, ענטפערן, גיי ווייס פארוואס? פארווען?.

מיר ווייסן דאך אז יעדע פיס טריט פון א מענטש, וואו ער שטייט און וואו ער גייט, ווי ער טרעט און ווי ער פארפעלט, אלעס, אלסדינג האט א געוויסע סיבה פון הימל, אלעס האט א פארוואס דער פון אויבן האט אים צוגעפירט אז ער זאל דארט אנקומען, ווי דוד אונזער אייביקער-קעניג דריקט זיך אויס אין תלים: מה' מצעדי גבר דרך כוננו.

מענטשעלע מענטשלע נעם אין אכט
גיב אין דיינע טריט א טיפערן טראכט
יעדע מינוט בייטאג און ביינאכט
וועסטו נישט האבן קיין פארדאכט
אז דאס האט זיך סתם אזוי געמאכט
נאר מען האט דיר דאס פון הימל צוגעבראכט

איז פארוואס איז דאס מיר צוגעפירט געווארן פון הימל אז איך זאל אריינוואנדערן דא צווישן אייך?, אזוי טראכטנדיג איז מיר איינגעפאלן אט אזא געדאנק:
הערט און שטוינט! נאך וואס איך האב פארמאכט די טיר פון אייער קרעטשמע און זיך געגאנגען אין מיין וועג אריין, האבן זיך אין מיינע געדאנקען פונאנדערגעשמאלצן אן אינטערסאנטער ערשינונג פון צוויי קעגן זייטיגע ערפינדונגען. פון איין זייט זיצט מען אין אן אלט אפגעריסן דערפל, ס'דא א גראף, א ראש הקהל, און דארף איז פארהאן א קרעטשמע, ס'טרונקט זיך, ס'דא א יאנאש, א וואסער-טרעגער, א האלץ-האקער, א.א.וו.
פון די אנדערע זייט, זיץ איך ביי מיר אין שטוב איבער א קליין פיר קעסטלדיקער פענסטער, וועלכער איז נישט מער ווי באהאפטן צו מיין עלעקטראנישן וואנט-שטעקער, און פיר איך געשפרעך מיט יאנאשן און דעם גראף פון יענער עק וועלט...
טאקען אינטערסאנט! אפשר נישט?

געדאנקען שטייען נישט מחשבות שפינען זיך עס וועבט זיך אין מיר א געדאנק אז אולי אפשר האט מען דאס אזוי געפירט בכדי איך זאל זיך אויפמערקזאם מאכן און אנהויבן טראכטן די צווייטע זייט פון די מטבע דהיינו אז מעגליך האט אפשר דער מענטשליכער לעבנ'ס שטייגער אויך אסאך אנגעוואוירן א דאנק דעם אויסטרעף פון די אזויגערופענע טעכנאלאגיע!

זענט איר פאררוקט? מעשוגע? לעבט איר אין די הרי אררט ווייס איך ווי ערגעץ אין עולם ה-איך ווייס נישט וואו?. זעט איר דען נישט וואס די טעכנאלאגיע האט אלס אהערגעשטעלט און אויפגעטוהן, פאר די וועלט, פאר די מענטשהייט?
יא, יא, פאוואליע... פאוואליע...
איבערדעם ליינט מיין ערקלערונג אין דעם דערנעבנדיגן אריינפיר

אריינפיר
דאס אז דער ערד קוגל האט זיך געטוישט און געענדערט זינט די ערפינדונג פון די טעכנאלאגיע דוכט זיך איז איבריג צו באשרייבן און ערקלערן. היינט אריבער הונדערט-און-פופציג יאר זינט די ערשטע קערענדליך פון די נייע טעכנאלאגיע זענען ערפינדן געווארן, קענען מיר זיך אין וויסטן דמיון און חלום נישט פארשטעלן, וויאזוי די לעבנס שטייגער, דער טעגליכער הלוך ילך, פונעם אמאליגן האט אויסגעזען. וויפיל מיר זאלן נאר ליינען, און וויפיל מיר זאלן נאר פרובירן – שוין נאכן ליינען - צוצושטעלן אינעם דמיון פי כמה, וועלן מיר נאך אלס נישט האבן נישטאמאל קיין צען פראצענטיגער באגריף וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען, וויאזוי דאס האט אויסגעזען.

פארט אבער איז אמאל יא אינטערסאנט זיך אריינצוזעצן אינעם דמיון אריין, און פרובירן אביסל צו שילדערן וויאזוי דאס האט אויסגעזען, ווי אזוי מען האט אדורך געשטופט אן איינפאכן טאג אן א דעם וואס מען זאל האבן צוגעשטעלט ווי אונטער די האנט די אלע געצייג וואס שטייען אונז צום באדינסט נאר א דאנק די טעכנאלאגיע, און אז מיר וועלן האבן דעם צען-פראצענטיגן דמיון בילד פאר די אויגן, וועלן מיר דאן שוין קענען ציען אייגענע מסקנות אויך צו פארשטיין – כמובן יעדער לויט זיין פארשטאנד – די אנדערע זייט פון די מטבע, אז דער טעכנאלאגיע אויפטרעף האט מעגליך אויך געברענגט א גרויסער שאדן פאר די מענטשהייט.

וואס אן אמת'ן. דאס איז איינמאל זיכער אז אדאנק די אלע טעכנאלאגיעס זענען מיר געווארן פאריאגטע שקלאפן! זי - די טעכנאלאגיע - האט אונז איבערגעדרייט די נאטורליכע סדר הבריאה אין וועלכן די וועלט איז אנגאגאנגען זינט איר באשאפונג. אדאנק די טעכנאלאגיע איז דער טאג נישט קיין ריכטיגער טאג און דער נאכט איז נישט קיין ריכטיקער נאכט, [אין טאג מיינען מיר = די באדערפענישן וואס די טאג ליכטיקייט דארף ברענגען מיט זיך און מיטן זון אונטערגאנג וואלט זיך דאס געדארפט טוישן...]

מיר זענען פאריאגט און פארפלאגט, דער טאג איז קיין טאג דער נאכט איז קיין נאכט, קיינמאל האט מען קיין צייט נישט. מען יאגט זיך ביים אויפשטיין בכדי מען זאל קענען שנעל גיין שלאפן ביינאכט, מען יאגט ביינאכט בכדי מען זאל קענען מארגן אויפשטיין זיך צו יאגן צום מארגענ'דיגן נאכט און דרייט זיך דער ראד הין-און-צוריק חוזר חלילה...

אדאנק די אלע געיעגענישן האבן מיר מיטאמל קיין צייט נישט צו טראכטן פארוואס מיר האבן קיינמאל קיין צייט! פארוואס אין דער אמאליגער לעבנ'ס שטייגער איז דער מענטשליכער מח קעסטל געווען מער אויסגעשטעלט צו טראכטן, צו האבן צייט, און כהיום יאגן מיר זיך א גאנצן טאג?

בכדי גוט צו פארשטיין פון וואס מיר רעדן, איז כדי קודם אראפצוגעבן א שטיקל דמיונ'דיקער בילד פון דעם אמאליגן לעבנ'ס שטייגער (כמובן אנע כח הדמיון ארבעט דאס ניט – איבערדעם אין א באזונדער ארטיקל) ווי די מענטשהייט האט געלעבט אָן אַן עלעקטריק, גאז, וואסער-לייטונג, טעלעפאן, באנען, אויטא'ס, א.א.וו, און אז מיר וועלן ארויסהאבן א קלארן בילד פון אָטאַ דעם לעבנס שטייגער אויף וועלכן די וועלט איז אנגעגאנגען ארגענאל זינט איר באשאפונג, דאן וועלן מיר אפשר גוט, טיפער, בעסער און קלארער, דערהערן און פארשטיין אויך אונזער גרויסער שאדן.

וואס אן אמת'ן אריין וואלטן די אלע אויבנדערמאנטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען זיך פארדינט א באזונדער באשרייבונג, וויאזוי דער מענטש איז זיך באגאנגען אנע דעם וואס דאס זאל אים שטיין צו דינסט ווי אונטער די האנט צום יעדן מינוטדיקן געברויך, נאר וואס דען?.
איבערדעם אין קומענדיגן ארטיקל

***
איז, פארוואס שטעל איך זיך דא אפ פונקט אינמיטן?

צוליב וואס מיינע געדאנקען-פראגעס זאגן, אז: שרייבער שטעלן זיך לכתחלה אפ מיט אן ארטיקל, בעת דער ארטיקל הויבט מעגליך אן צו ווערן אינטערסאנט, בכדי מיט דעם צו ציען די אינטערעסע פון די ליינער...
(איבערדעם אין א באזונדער ארטיקל)

אויך צוליב וואס אין מיינע געדאנקען-פראגן טראג איך זיך ארום, אז: אזוי מערסטנסטייל ליינער האבן קיינע געדולדן צו קיין לאנגע ארטיקלען, (דערמאנט אייך אין חדר ווען איר האט זיך באגעגענט מיט א לאנגן תוספ'...) מעגליך ווייל זיי זענען דאך פאריאגט...
(איבערדעם אין א באזונדער ארטיקל)

***
און וואס איז בשייכות מיט די אינטערוויא-פארשלאג פון מר. קרעמער?
איבערדעם אין איר באשטימטן אשכול - איבער אפאר שעה ארום בל"נ


א דאנק אייך הייד פארק פארן באראבעווען מיין געיאגטע צייט...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 21:53 לינק ישיר 

טייערער סערוויס, ביטע זייט נישט אזוי סענסעטיוו,
איך האב פשוט נישט ליעב צו לייענען וואס איז נעגעטיוו.
דערפאר האב איך געשריבען וואס קוקט ביי אייך אויס שארף,
אפשר האב איך געשריבען וואס איך האב נישט געדארפט.
איר זענט ב"ה געבענטש מיט א גיטע פעדער אדער בליי,
שרייבט וויפיל דאס הארץ גליסט, אבער אן א געשריי.
אסאך קרעטשמע באזיכער באלעקען זיך מיט אייער שרייבען,
זייט נישט אויף מיר ברוגז-לאמיר גיטע פריינד בלייבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2005 02:21 לינק ישיר 

צו די ווערטער פון נאטורליך,
מצטרף איך בין זיך,
סערוויס ס'זאל דיך נישט טון אזוי וויי,
ווען מיר גיבן אויף דיר א שריי.

כ'וויל דיר נאר זאגן א זאך וואס צווישן אונז זאל עס בלייבן,
איך האב אויך נישט אמאל געגלייבט אז איך וועל דא אזויפיל שרייבן,
כ'האב שטארק מורא אז נישט צו לאנג ארום,
אויב איינער וועט דא קריטיקירן וועסטו אויך געבן א קרום.

איך מוז דיר אויך קאמפלימענטירן און זאגן,
אז דער 'טאלאנט' פון שרייבן טוסטו פארמאגן,
לאמיר זיך איבערבעטן און לעבן בשלום על ישראל,
פון יעצט און ווייטער אייביג אלעמאל.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 21:33 לינק ישיר 

יאנאש!

גיב אהער דעם פידל
מיר וועלן זינגען א לידל
די פרייד איז גאנץ
מיר וועלן זיך פארגיין אין א טאנץ
עס הערשט שלום-פרידן
צווישן אלע אידן
עס איז שלום על ישראל
נישט נאר פון היינט נאר פון אלעמאל

מיט א טיפרן בליק
מיט א טראכט אויף צוריק
זאל דאס אייך פאר א לימוד דינען
וויאזוי אייערע געדאנקען צו שפינען
אלעמאל יעדן איינעם אנצוקוקן
מיט פאזיטיווע בליקן

דערביי איך גיב זיך א דערמאן
דער באקאנטער וועלטס ווארט וואס עס איז פארהאן
א בחור'ל האט אמאל פאר זיין טאטן א בריוול געשיקט
ווען דער טאטע האט אינעם בריוול אריינגעקוקט
איז ער געווארן אביסל אין כעס
הלמאי דער זון טרייבט פון אים שפאס?
נישט אזוי טוט מען פון א טאטע'ן בעטן?
אזוי אויף א טאטע'ן צו טרעטן?
ווען דער זון האט דאס געהערט
האט ער דעם טאטע'ן ערקלערט
טאטע דארפסט נישט אזוי ברויזן!
אויף די ווערטער: 'טאטע שיק מיר הויזן!'
נעם אן מיין געדאנק
מען קען דאס ליינען מיט א געזאנג!
און דאס איז אלעמאל מיין מכיוון
בעת איך שרייב די בריוון...

און פאר איך גיי פון דא ארויס
פאר איך פארלאז דעם הויז
וויל איך אויסדריקן מיין דאנק
פאר דעם גרויסן געשאנק
וואס איר האט אלס א שריפטשטעלער געקרוינט
איך מיין עס האט זיך מיר שוין באלד געלוינט
בלויז פאר דעם אליין
אז איך זאל וויסן אז איך קען אויך א שריפטשעלער זיין

שפעציעל שפיר איך זיך גליקליך
ווען דער געשאנק קומט פון אזא איינעם ווי 'נאטורליך'
וועלכער איז באקאנט מיט זיין טאג בוך
וואס דאס איז איינס אין דער וועלט דוכט זיך

דער גליק שטייגט אין מיר אויף אזוי ווייט אזש
אז איך האב דעם קאמפלעמענט אויך באקומען פונעם שרייבער 'יענטאש'
וועלכער איז ברייט באקאנט
מיט זיין זיסע פענע וואס ער פארמאגט אין זיין האנט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > *** א ניכטערן בליק אויף טעכנאלאגיע ***
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext