| נשלח ב-25/12/2005 05:51 |
|
| |
חדשות אנ"ש שלאפט!!!
ווי עס קוקט אויס האלט מען שוין ביי משיח'ס צצייטן, קרעמער איז פארשווינדען, חדשות אנ"ש האט איינגעדרימעלט, דאן וואס יא???
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 06:11 |
|
| |
זייער גוט אז זי שלאפט.
שלאפן זאלן אלע מחלוקת!.
שלאפן זאלן אלע שפיכת דמים!.
שלאפן זאלן אלע מחרחרי ריב!.
שלאפן זאלן אלע הלבנת פנים!.
שלאפן זאלן אלע לשון הרע!.
שלאפן זאלן אלע רכילות!.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 06:58 |
|
| |
לאז עס שלאפען עד כי יבוא שילו, מיר זענען ב"ה נישט באטראפען.
אונזערע קרעטשמע אידען האבען קנאפ שייכות מיט די בייזע צינגען.
דא פארשמעט מען נישט קיין שום איד, יהי' מי שיהי'.
כה יתן ה' וכה יוסיף מיר זאלען עס קענען ווייטער אנהאלטען צו א הויכען ניווא, זיך אינטערהאלטען מתוך שמחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 18:52 |
|
| |
איך האלט אז עס איז א פאזיטיווע ערשיינונג (סיי דאס איז איך בין פארשוואונדען, און סיי דאס אז חדשות אנ"ש שלאפט).
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 16:30 |
|
| |
שילו שרייבט אט אזוי שילה
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 02:52 |
|
| |
הלואי יענטטאש זאלסטו האבן רעכט
אבער ליידער האבן זיי געעפענט פרישע פורמים
און עס גייט ווייטער אן אויף א מאסשטעבליכן פארנעם,
אוי!! געוואלד און געשריגן גערופן געפיפן !!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 05:02 |
|
| |
מלוה מלכה;
עס איז נאך אלץ א פאזיטיווע ערשיינונג, ווייל אויב פון "חדשות אנ"ש" איז געשען א משם יפרד והיה לארבעה רשעי"ם, איז עס פארט נישט קיין דמיון צו דעם אמאליגן פארמאט פון חדשות אנ"ש.
חדשות אנ"ש האט עמטליך געהייסן אן אפיציעלן פורום פאר דאס יהדות החרדית, דערפאר האט עס אויפגעגעסן מיר און אנדערע ווען די מחרחרי ריב האבן דארט פארפירט טאג טעגליך מיט פרישע לשון הרע און מחלוקת.
אנדערש זענען די ניי אויפגעקומענע פורומים, וואס שעמען זיך ליידער נישט ארויסצושרייבן קלאר אז זייער ציהל און מאטיוו איז אנצוזייען מחלוקת בישראל, יעצט ווען דו גייסט (ח"ו) אהין, ווייסטו אז דו ביסט אין א געפארפולע פלאץ, דו ביסט בייזוויליג אריין אינעם לייבן גרוב, און אזא איינער ווי איך - וואס שטיי ב"ה ווייט פון די סארט טעמעס - ווייסט אז אהין "גייט מען נישט" און פארטיג.
איז טאקע כדי צו באגריסן דא ברבים אונזער העלד, אונזער קעניג מר. "דזשובוי", וועלכער האט געטאן דעם אומשאצבארן שריט פון פארשליסן זיין פורום פאר די בעלי מחלוקת, לאמיר אים אלע קלאפן אין רוקן פאר דעם ריכטיגן שריט וואס ער האט גענומען, וממנו ילמדו וכן יעשו!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 06:08 |
|
| |
האט איר שוין אמאל אריין געטראכט לגופו של ענין?
א הארץ ווייטאג צו זעהן און צו לייענען, אידישע קינדער זאלען זיך אזוי אנגרייפען.
עס קען געמאהלט זיין, איין שרייבער מיט'ן צווייטען שרייבער דארט זענען גאר ברידער, צו גיטע חברים אין גאס. מען שרייבט מיט אזא האס און שנאת חינם כבושה. א חרפה, א גרויל, א שאנדע.
אינג און אלט ווערען נשפע פון אפאר צענדליג מחרחרי ריב, עס האלט ביי א מצב אז א אינגער שרייבערעל ערגעץ ווי אויף א בוידעם אין וויליאמסבורג שרייבט א פראסטער ליגענט אויף א רב בישראל אדער א אומשולדיגער נפש מישראל, שלא היה ולא יהי'. און א צווייטער באזעצענער בעה"ב און בני ברק צו אוסטראליע קויפט דאס אפ פאר גיט געלט, עס קען גאר נישט זיין ליגענט, א בפירוש'ער חדשות אנש. ער גייט אין שוהל צו מנחה מעריב און פארציילט נאך פאר יעדען אויסהערער די מעשה'לע וואס איז פריש ארויס פון אויווען 10 מינוט פריער אין אנדערען עק וועלט דורך א ליידיג גייער. דער גאנצער ביהמ"ד זידט ווי א קעסעל קעגען דעם אומשולדיגען רב, ותוצאותיו מי ישורנה.
יענער רב, אדער חשובער בעה"ב האט זיך פלוצים איינגעקויפט א פארמעגען מיט שונאים אדאנק עפעס א יאנקעל פאדראטשיק וואס האט פון פינגער אויסגעזויגען א דמיון.
אמת און וואור, אידען האבען געהאט מיינונג דיפערענצען מאז היתה לגוי, מיז מען אבער זיין פארנומען מיט די לאקשען מצפרא ועד רמשא? איך קען אזוינע וואס די מחלוקת נעמט זיי פשוט אוועק דאס רואיגקייט. עס רוניאירט זיי עד דוכדוכי של נפש.
איך פאר מיט א איד אין טרעין, קוקט אויס א היבשער בעל תוכן. תמיד וויל ער אבער זאגען און הערען א מיינונג מהנעשה והנשמע אין הויף פון זיין צד שכנגד. אז איך וויל פרדרייען דעם נושא צום ספוטניק? וועט ער פארשטיין כ'האב געזאגט זשופניק? אז איך וועל אים זאגען עס קומט א שניי, וועט ער פארשטיין מען האט געווארפען א איי.
טייל פון די לשון הרע שרייבערס, אטעמען פון איין זאך שלאפעדיג און וואכעדיג. אינדערוואכען, מוצ"ש,חוה"מ, אפילו ערב יום כיפור. ווען אימער מען קען שרייבען א גיטער הלבנת פנים אן צוויי מאהל טראכטען. א הימעל געשריי.
און לאמיר שוין זאגען אז דער יעניגער רב אדער דיין איז א גרויסער שיגץ און עם הארץ וואס איז ממש א חורבן פארן יהדות החרדית אז עס איז א מצוה רבה אים צו פארשעמען, ליגט דער פליכט אויף דעם שרייבער אים צו באשמיצען מנה אחת אפים? איז דאס זיין חובתו בעולמו?
ביזט נישט בדיעה אחת? גיי נישט צו זיינע טישען, פרעג אים נישט קיין שאלות און מיש נישט יענעם'ס מים המאררים. ווייל לו יצויר, עס זאל זיך ח"ו מאכען א פראבלעם ביי דעם שרייבערעל וועלען קיינער פון די רביים אים קומען צו הילף, חוץ אויב זיין נאמען ענדיגט זיך מיט א ...וויטש אדער עס וועט אים צוריק קומען א פארביגער ישר כוח און דעם אשר יצר פאפיר.
איר מעגט הערען, ביי אונז אין הויז וואונט א אידעל וואס זיין זוהן איז פון די לוחמים קעגען עירוב ביי אונז אין שטאט. נישט לאנג צוריק, א פרייטאג צונאכטס, הער איך אויף די שטיגען ווי דער זוהן שרייט אויס דער גאל אויפ'ן טאטען היתכן עס זענען פארהאן אזעלכע וואס טראגען און זענען מחלל שבת וכו' וכו', דער אינגערמאן איז פשוט הייזעריג געווארען אויפקלערענדיג דעם אלטען טאטען.
דער טאטע ענטפערט אים דער גאנצער צייט, "יא ביזט גערעכט". "ביזט נישט מער ווי גערעכט". "שוין לאמיר גיין מאכען קידוש"
אינדערפרי, גייענדיג אין שוהל רופט מיך צו דער איד און צייגט מיר ווי ער טראגט זיינע ברילען אין טאש. און זאגט, וואס פעהלט זיך אויס אים אפווענדען? לאז ער בלייבען גערעכט און איך טוה דאס מייניגע.
אלזא, לאמיר אלע טייערע חברים ווייטער אנגיין מיט שרייבען לשם הנאת גופי ומאודי להוציא לשון הרע, רכילות, הלבנת פנים.
ובזה אשים קנצי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 08:02 |
|
| |
נע... נאטורליך....
צו וואס זיך פארעסן ס'געזונט אויף די נארישקייטן??... לאז זיי דארטן שרייען, קייען, זייען, היצן, פיצן, שיצן..... לאז זיי טון וואס זיי ווילן, זאלן זע פארפירן און בילן...
מיר דא וועלן ווייטער אנגיין מיט אונזער 'שמייכל קאמפיין' און גארנישט מער, ניטאמאל אויף זייער זייט קוקן, און אינגאנצן איגנארירן זייער זיך ארומפליקן....
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 08:06 |
|
| |
נאטורליך, קודם אזאנס , א שטייגער, גוט געזאגט ווי תמיד.
נאכער, דו שרייבסט: אדאנק עפעס א יאנקעל פאדראטשיק וואס האט פון פינגער אויסגעזויגען א דמיון.
דו קענסט אויך יאנקל פאדראטשיק ?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 08:47 |
|
| |
איך קען איהם!! די אידישע ליכט האט איהם -דאכט זיך מיר- אמאל באשריבן. (אין די "תשמ" יארן)
................
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 14:45 |
|
| |
נאטורליך;
דער באשרייבונג איז הערליך, עס ברענגט ארויס דיין אינערליכע ערנסטקייט, וואס מיר האבן שוין געהאט א געלעגנהייט צו זעהן ביי די עשרת ימי תשובה (אדער חודש אלול) ארטיקלן (יא, די משל מיט די בענדל וכו').
איך וויל בעטן רשות ארויפצולייגן דיין ארטיקל אין חדשות אנ"ש, איך האלט אז דיינע ווערטער ברויכן איינגעפרעימט ווערן און ארויסגעהאנגען ווערן אויבנאן פון יעדן פורום אויף היידפארק, למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד.
דא האסטו א קניפ אין בעקל 
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2006 17:38 |
|
| |
ידידי ר' יענטאש, איך עס זיך נישט דאס געזינט געלויבט צו ג-ט, און ניין עס איז אבסעלוט נישט נארישקייטען. אחינו בשרינו, אידישע קינדער פארגיסען אידיש בליט לעיני השמש ערב ובוקר וצהרים, איז עס נארישקייטען? צו ווייל איך טראג נישט אזא היט אדער מיין פרוי נעמט נישט אנטייל אין זייערע יערליכע סקול עפענונג פארטי'ס זאל עס מיך נישט באדערען?
אנשטאט דאגה'ן פאר זייערע אייגענע קינדער און זיין פארטאן ברענגען פרנסה אין שטוב זענען זיי אויפ'ן אינטערנט בלויז אנזייען קריגעריי.
ביי מאנכע איז עס שנה והותר, מען שרייבט, לייענט, זאגט נאך כל ערליי לשון הרע'ס אויף גדולי ישראל און עיני העדה מיט די ביליגסטע שפאט ווערטער. זאל עס נישט וויי טוען?
אדער בין איך נאיוו, צו ווייל איך בין נישט פון די קרייזען, איך געהער נישט צו א פארטיי ווי דער רבי האט א טוץ מיט גבאים וואס טובל'ן זיינע שמיץ-וועש אויף ליע ראסס. אדער ווייל מיין רב זאל לעבען איז נישט אזא יום זה מכובד און לעצטער נאמען ענדיגט זיך נישט מיט ..וים אדער ..טאם.
בנאמנות, איך בין עס נישט משיג. איך באגרייף עס נישט מיט מיינע פליישיגע אויגען.
מיט דעם איז דער ענין געשלאסען. בלי"נ
ניןהרחמן,
יאנקעל פאדראטשיק איז מיין מאמע'ס א שפריך ווארט? אז איר קענט אים שיק אים צו מיר. איך האב אים אסאך קשיות צו פרעגען.
ר' קרעמער,
אנשטאט ארויף לייגען מיינע ווערטער, לייג אריין א צעטעלע אין א פרעים מיט גרויסע ווערטער די גמרא אין בבא מציעא וואס זאגט" המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא". ומי לנו גדול.
איך בין געווען ביי א איד אין אפיס. האט ער געהאט א גרויסער סיין אויף די וואנט. "נשאת ונתת באמונה". איך מיין עס איז א גיטער המצאה אויב איינער האט א שוואכקייט בעניני אדם לחבירו.
 |
|
|
|
|
|