| נשלח ב-25/12/2005 09:25 |
|
| |
ווער ווייסט א תירוץ?
איך זיך תירוצים אויף די באוויסטע קושיא פון בית יוסף.
איך גלייב אז פאר דעם עולם דא אין קרעטשמע דארף מען נישט איבער'חזר'ן די קושיא, ווייל יעדער געדענקט נאך די קינדערישע יארן, ווען מען האט פראבירט איבערצושטייגן אנדערע חברים וויפיל תוריצים מען ווייסט.
על כל פנים, ווער עס ווייסט עפעס א תירוץ, מעג עס זיין, פשט, דרוש, רמז, סוד, נישט קיין חילוק, אבי א תירוץ.
איך בין נייגעריג צו זעהן וויפיל ענטעפערס קען ארויסקומען פון אט די דאזיגע קרעטשמע.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 09:48 |
|
| |
די מערסט באקאנטע איז:
דאס עצם מציאות הפך
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 09:57 |
|
| |
איר זאגט: פשט, רמז, דרוש, סוד,
ע"פ סוד, גלויב איך ניט דאס איר וועט האבן מערערע מגיבים.
דען איך טוה שווער גלויבן דאס עס איז פערהאנדן פיל פערזאנען דא אין פארק אריבער די פערציג.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 16:18 |
|
| |
בשם אדמו"ר מיארמא:
ווען מ'צינד נאר 7 טעג וועט איין קריגעל בלייבען אומבאנוצט.
=
אין ספר מקבים חלק ב' איז מוסבר פארוואס מ'האט געהאלטען 8 טעג. ווייל יענע יאר וואס די חשמונאים האבען באזיגט די יוונים האט מען נישט געקענט פראווען די יו"ט סוכות אין בית המקדש וואס דאס איז 8 טעג, דעריבער די ערשטע גלעגנהייט וואס מ'האט געקענט האט מען דאס משלים געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 17:19 |
|
| |
איך האב אמאל געהערט אן אינטערסאנטן תירוץ פון א געוויסע רב:
דער רב שרייט חי וקים, ער קען נישט פארשטיין!
ווער זאגט אז יעדער טאג איז פאר אן עקסטערע נס?
עס איז נישט מער ווי א זכר. וויבאלד דעמאלס איז געשעהן א נס אז די מנורה האט געברענט פאר אכט טאג, מאכן מיר צו דעם א זכר און מען צינדט די מנורה פאר אכט טאג.
וואס איז בכלל געווען די הוה אמינה פון בית יוסף, און פון אלע וואס מיטשענען זיך צו פארענטפערן דעם איבעריגן אכטן טאג?
ווען מיר מאכן פסח אדער סיכות אכט טאג, מיינט עס דען אז יעדן טאג איז געווען א נס? זיכער נישט! נאר מיר זיצן אין סוכה, אלץ זכר ווייל דעמאלס זענען מיר געווען ארומגענומען מיט די ענני הכבוד.
אויב אזוי איז דער זעלבער זאך ביי אונז: וויבאלד דעמאלס האט עס געברענט פאר אכט טאג, לאזן מיר ברענען אונזער מנורה פאר אכט טאג.
נו. וואס זאגט איר צו אזא פשט?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 18:00 |
|
| |
90pct:
על פי סוד, קענען אפילו מענטשען איבער די פערציג זיין דא (בסוד).
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 18:52 |
|
| |
מה נשתנה? א געווענליכע קשיא ווערט פארענטפערט מיט א תירץ און דערנאך איז מער נישט שווער וויל איך וויסען וויפיל תרוצים דארף מען פאר איין קשיא איך הער שוין תירצים מער פון צוואנציג יאר אין נאך אלץ ווען מען גייט צום זיידען פרעגט ער די שווערע קשיא און דערנאך א שיינע תירץ אין ווען איינער ח''ו פארשמיסט זיך מיטן קאזען וואס זיצט דערנעבן קלאפט ער אויס און פרעגט פאר דיר איז עס גארנישט שווער
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:04 |
|
| |
וועגן דעם אליין מאכט מען נאך א טאג חנוכה, צוליב דעם גרויסן נס, אז עס קען זיין אזויפיל תירוצים אויף איין קושיא.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 09:25 |
|
| |
איך האב פארשטאנען אין מקבים, אז יענע יאר האט מען דאס בפועל שוין געטוהן און חוץ פון דעם קבעום לשנות הבאים.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 16:48 |
|
| |
חי וקים גלייב באמונה שלימה אז דער יוד הקדוש האט געוויסט וואס ער רעדט און האט מן הסתם געוואלט זיין א מליץ יושר אבער לענינינו ווען תוס' פרעגט א קשיא און ענטפערט א תירוץ קענסטו נישטענטפערען א תירוץ פון א שוואכערע קוואליטי אן דעם וואס די פרעגסט אפ זיין תירוץ
|
|
|
|
|