| נשלח ב-29/12/2005 23:30 |
|
| |
רעפערענדום: רשות כתיבה אין די קרעטשמע?
א פרייליכן חנוכה אלע חשובע מעמבערס, שרייבער און ליינער פון די קרעטשמע שיחיו!
ביי א באהערדע מיטינג וואס איז פארגעקומען היינט - דעם פערטן טאג חנוכה - איז אויפגעברענגט געווארן אויפן סדר היום א נייע איידיע, וואס פארדינט ארויפגעברענגט צו ווערן פארן חשוב'ן ציבור, זאל דער עולם לאזן הערן זייער מיינונג דערויף.
אויף היידפארק זענען פארהאנען דריי סארטן פורומים: 1) אזוי ווי "היימישע קרעטשמע", וואו יעדער איינער אן אויסנאם קען "ליינען" און "שרייבן" (אויב מען פארמאגט א ניק). 2) אזוי ווי "חדשות אנ"ש", וואו יעדער קען ליינען, אבער כדי צו שרייבן דארט ברויך מען האבן רשות פון די מנהלים. 3) אזוי ווי "חדרי חרדים משפחה אידיש", וואו מען קען אפילו נישט אריינגיין דארט ליינען די אשכולות אן ערלויבעניש פון די מנהלים.
אונזער פאליסי איז פון שטענדיג אן געווען אז עס איז נישטא וואס צו באהאלטן, יעדער מעג ליינען, און עס איז נישטא וואס מורא צו האבן, יעדער מעג שרייבן. און עס קען זיין אז אסאך פון ענק האלטן אויך אזוי.
אבער צווישן די טויזענטער נארמאלע מענטשן וואס דרייען זיך אדורך דא אינעם פארק, זענען דא עטליכע (און אפשר מער ווי עטליכע) טאטאלע .......[פילט אריין וואס איר ווילט] וואס פרובירן אריינצודרינגן אין יעדן נארמאלן פורום און איבערלאזן דארט א גערוך אז עס זאל זיך שפירן אז זיי האבן דארט באזוכט.
מיר מנהלים שטייען ב"ה אויף דער וואך, מיר האבן נאך עספיעט אויסצומעקן יעדן נארישן תגובה ביז א נישטיגע קורצע צייט פון ווען יענער האט דאס ארויפגעלייגט, טייל מאל האבן מיר געכאפט דעם פיש פאר די נעץ, און מיר זענען געווען דער ערשטער בליקער אויפן אשכול און דאס תיכף אויסגעמעקט, און - ווי פארשטענדליך - חוסם געווען דעם צודרייטן וואס האט דאס ארויפגעשטעלט.
אבער דער יעניגער (און אפשר זענען דא מער ווי איינער פון זיי) האט מיליאן ניקס, און ווען מען איז חוסם איין ניק, קומט ער ארויף מיט א צווייטע, ואין לדבר סוף.
קומען מיר דא מיט א שאלה צום חשוב'ן עולם: זאלן מיר פארשפארן דעם פורום פאר נייע שרייבער (אלטע שרייבער וועלן אי"ה באקומען רשות איינס צוויי)???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 01:56 |
|
| |
אויב פארשליסט איר דעם פורום, דאן וועלן אזעלכע ווי איך נישט אריינפאלן צו אייך אין די קרעטשמע. ווי מיר האבן שוין געשריבן אין אן אנדער געלעגנהייט, אז מיר האבן ווייניג צייט צו באזוכן דעם פארק, און אין תחילת זענען מיר אריינגעפאלן אין אן אנדער פורום, און ווי-נאר מיר האבן געוואלט מגיב זיין האט אן אויפזעעהר פארלאנגט פון אונז אויסצופולן א גאנצן אפליקאציע און דאן ווארטן אויף אן אנטווארט אין די פאסט, פארשטענדליך אז מיר האבן קיין צייט געהאט צו ווארטן, ווייל אז מיר האבן שוין יא אמאל אביסל אן איבריג מינוט צו שפאצירן האבן מיר אבער נישט קיין צייט צו ווארטן צוויי טאג, ווייל מיר ווילן 'יעצט' הנאה האבן...
מעגליך אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איר טראכט פון פארשליסן, ווייל אזעלכע ווי מיר זענען זאלן נישטאמאל האבן די מעגליכקייט אריינפאלן צו אייך...
גיי ווייס
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 02:04 |
|
| |
איבריג צו זאגען אז אזעלכע חשוב'ע מעמבער'ס ווי אייך - סערוויס03 - וועלן אויפן פלאץ באקומען רשות כתיבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 02:16 |
|
| |
פארשטייט גוט.
אויב וואלט דאס דאן - בעת איך האב דעם ערשטן מאל שפאצירט אין פארק - געווען א פארשלאסענער פורום, וואלט איך מיטאמאל אנגעקומען אהער. חשבונ'ט אז עס זענען דא נאך אזעלכע ווי איך...
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 02:34 |
|
| |
נין הרחמן שטימט אנטקעגן די פראפעזיציע!
................
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:26 |
|
| |
לענ"ד זאל מען יעדען געבען רשות כתיבה, א איד איז דאך בחזקות כשרות ביז.
אויב איינער קומט דא מאכען א שטינק וכו' זאל מען אים חוסם זיין אויף תמיד.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:47 |
|
| |
סאיז אסאך גרינגער ארויס צי ווארפן איינעם (חוסם זיין)
פין קרעטשמע .
ווי צי מאכן א לאנגע ליין אינדערויסן
אין א....... וועט זיך מיילה אריין כאפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 08:45 |
|
| |
לעניית דעתי איז די שאלה נאר
אז דער פורום זאל ווערן מדרגה 2, ריכטיג?
דהיינו לאזן אפן צום ליינען און פארשפארן צום שרייבן.
איז אזוי,
ממה נפשך, וועט מען דאך אויסמעקן א נארישע תגובה, יא,
סאו פארוואס דארף מען ביזי זיין געבן רשות כתיבה
א משוגענע תגובה אראפ דערמיט און פארטיג.
פונקט ווי די מנהלי חדשות אנש זענען כסדר ביזי מעקן
און דאס שוין פון די 'ערלויבטע' שרייבערס, נו די זעלבע
קענט איר דאך טון ווען יעדער איז ערלויבט, נישט אזוי ?
פארוואס מאכן נייע זאכן, חדש אסור מן התורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 15:32 |
|
| |
מען ברויך זיך צו האלטן צום אפיצילען פּאַליסי פון "מסורת" איינגעפירט פון איר מנהל "דוד10"
אויב האט מען איינעם דורכאויס דעם טאג אנטקעגן איבער א קאמפיוטער סיי ווי סיי, לוינט זיך נישט צו פארמאכן.
אבער טאמער מען איז נישט אין פארענט פון קאמפיוטער איבערן טאג דארף מען דאס פארשליסן און נאר מיט רשות כתיבה זאל דאס געפירט ווערן.
[email protected]
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 21:24 |
|
| |
המממממממממ............ גאנץ א שווערע שאלע, שוין איך האב שוין א תירוץ,
"איך קען נישט דעסיידן"
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 23:08 |
|
| |
איפ מיי עפיניען קאונטס איי דאנט סי וויי טו דו איט.
ווער וועט טרינקן ביר איינגעשפארט?? די גאנצע געשמאק איז דאך אז מען פאלט אריין און מען רעדט, אז מען דארף זיך שוין איינשרייבן (יעדעס מאל פארווער עס האט א בעה"ב) ווערט שוין א מבוקה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 04:59 |
|
| |
ניין!!!
איך האלט אז מען דארף יעדעם לאזן שרייבן
ס'איז טאקע דא משוגעים וואס שרייבן נארישע זאכן אבער מיר זענען נישט אין די אמאליגע ראסלאנד וואס מען פלעגט נישט לאזן רעדן וואס מען האט געוואלט
מיין מיינונג איז אז מען זאל לאזן יעדעם שרייבן אין אז עס מאכט זיך א זאך שאין רוח חכמים נוח ממנו זאל מען דאס גלייך אראפ נעמען
איך פלעיג אלע מאל ליב האבן צי ליינען די היימישע קרטשמע טאקע פארדעם אז אויב איך וויל עפעס שרייבן זאל איך קענען אין איך בין זיכער אז עס איז דא נאך אזעלעכע ווי מיר
יישר כח פארן אנעמען מיין מיינונג
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 21:55 |
|
| |
דערווייל האלטן די "נעי" שטומען מיט אן איבערוויגענדע מערהייט, האט נאך איינער עפעס מוסיף צו זיין פאר מען מאכט דעם ענדגילטיגן באשלוס???
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 22:10 |
|
| |
איך בין אלל די וועי פאר יא!!!
קודם כל קוקט מיר אויס אז נישט יעדער האט פארשטאנען פון וואס מ'רעדט דא, ס'האט נישט געמיינט צו זיין פארמאכט פאר ליינען אויך, נאר פאר שרייבן סאו וואס איז די פראבלעם 'יאנאש'? אז די ווילסט יעצט שרייבן דארפסטו דאך פונקט אזוי אריינלייגן דיין נאמען און פעסווארד, און די זעלבע וועט זיין אויב מ'וועט דארפן האבן דא רשות כתיבה.
און צווייטענס, מ'רעדט דא נאר פון נייע שרייבער'ס, אלע (כמעט...) אלטע שרייבער'ס וועלן באקומען רשות דא צו שרייבן נאך פאר זיי פארלאנגען עס, סאו 'הצלה' קען זיין רואיג אז אויב עס ווערט איינגעפירט, קען ער ווייטער שרייבן דא אומגעשטערט.
און דריטנס האב איך באקומען פון איינעם אין אישי שטארקע שטיצע פארדעם, איך גיי אים בעטן רשות עס ארויפצולייגן דא, אפשר דעמאלטס וועט איר מיך אביסעל בעסער פארשטיין, אויב עטס פארשטייטס נאך נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 22:11 |
|
| |
פענסטער;
דער וואס האט דיר געשיקט אין אישית, פארוואס האט ער עס נישט געקענט גלייך ארויפלייגן דא??? מיר האבן דאך נאכנישט פארשפארט דעם פורום?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 22:15 |
|
| |
עס קען זיין ווייל ער שעמט זיך!!! און ס'קען טאקע זיין אז ער גייט מיר נישט געבן קיין רשות דאס ארויפצולייגן דא, עכ"פ איך האף אים צו קאנווינסען אז עטליסט אן א נאמען זאל ער מיר עס לאזן ארויפלייגן.
|
|
|
|
|