| נשלח ב-4/1/2006 01:53 |
|
| |
kraitchme gossip
איר ווייסט אפשר נישט וואס דאס ווארט GOSSIP מיינט, וועל איך אייך ערקלערן. עס מיינט נישט "לשון הרע" (ווי אנדערע וועלן אייך איבערטייטשן), מיר וועלן ח"ו נישט גרינדן קיין אשכול פאר "לשון הרע".
GOSSIP - עכ"פ אין מיין ווערטערבוך, עכ"פ אין דעם מאמענט - מיינט אזוי;
יעדער איינער פון אונז האט ביי זיך אין מח פארשידענע חשדות און געדאנקן איבער אנדערע ניקס וואס דרייען זיך דא, ווען איך טרעף זיך צוזאם מיט איינעם פון אייך - דאס פאסירט גאנץ אפט - הערן מיר נישט אויף צו רעדן: האלטסט אז פלוני איז אלמוני? וואס זאגסטו צו דזשאן דאו, ער רעדט דאך פונקט ווי דזשעין דאו, האלטסט אז דאס איז איינס און דער זעלבער? פארוואס שרייבט פלוני נאר אום זייגער צוועלף ביינאכט? קלערסטו אויך אז ער וואוינט אין לאנדאן? און אזוי ווייטער און ווייטער, חשדות, שפעקולאציעס, און סתם דמיונות.
וויל איך דא געבן א געלעגנהייט פאר אייך אלע אויסצולופטערן די דאזיגע געדאנקען ברבים...
זעלבסטפארשטענדליך אז איך - וויסנדיג אסאך 'אינסייד' אינפארמאציע - וועל נישט 'דינייען' אדער 'קאנפירמען' קיין שום 'רומער'.
די יעניגע וואס די רומער וועט זיין אויף זיי, וועלן האבן א געלעגנהייט צוריקצוענטפערן, אפווענדן, אדער איגנארירן די אלע קלאגעס.
בקיצור, לאמיר זיך ארומשטעלן אין א קרייז, אזוי ווי מען טוט געווענליך אין קאווע שטיבל, און רעדן טאקע אט דאס וואס מיר וואלטן גערעדט אין קאווע שטוב...
נו, ווער פאנגט אן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 02:28 |
|
| |
א שטיקל אויפקלערונג פאר ווער עס ברויך:
די תקנות הפורום און די תקנות פון היידפארק מוזן פולשטענדיג אפגעהיטן ווערן, קיינער קען נישט שרייבן: איך מיין אז 'פלטיאל גרויבארד' שרייבט אונטערן ניק 'ווייסעךוואס'.
עס איז נאר ערלויבט צו שפעקולירן אויף א הויך קול וועלכער ניק שרייבט אויך אונטער א צווייטע ניק, און וואס יענער עסט פאר פרישטאג וכדומה..
דער כלל איז: ווער עס "ווייסט" רעדט נישט! (דאס איז גילטיג פאר אלע וואס "ווייסן" עפעס, ווערן געבעטן זיך נישט צו באטייליגן אין דעם שמועס).
תוקן על ידי - קרעמער - 04/01/2006 2:28:56
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 02:50 |
|
| |
עס גייט ארום א שמועה אין די קרעטשמע אז דער ראש הקהל איז ברוגז אויף דעם גאנצן אשכול... לאמיר האפן אז ער וועט זיך אינגיכן בארוהיגן, מיר האבן דאך דא צוטאן - האפנטליך - מיט נארמאלע באזעסענע מענטשן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 05:50 |
|
| |
נאטורליך;
דו קענסט אפשר דעם 'פלטיאל גרויבארד' פון וועם קרעמער רעדט??
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 22:08 |
|
| |
מעג מען שרייבן ניק'ס וואס מען ניצט נישט אויף די פורום, אדער נאר די וואס מען ניצט דאהי??
לאמיר זיך בעסער ערקלערן למשל עס איז דא אין קרעטשמע א ניק ראובן און אויף אנ"ש איז דא א ניק שמעון אבער שמעון שרייבט קיינמאל נישט ביי אונז (פאר סיבות הידוע לכל) מעג מען דאס אויך שרייבן??
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 22:27 |
|
| |
שפעקולירן מעג מען, אזוי מיין איך.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 07:46 |
|
| |
קוקטס נאר קיינער וויל נישט זיין דער ערשטער, זעהט אויס אז אין גם אחד אן פוטער אויפן קאפ.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 16:06 |
|
| |
יאנאש
איך האב גראדע יא געקענט באשטיין צו זיין די ערשטע, און איך האב אפגעטייפט א גאנץ לאנגע תגובה מיט פשעטלעך פארוואס איך האלט אז דער איז דער און יענער איז יענער, אבער איך האב פארגעסן עס צו קאפי'ן פארן דרוקן שלח תגובה און עס איז טאקע פארלוירן געווארן.
האב איך געטראכאכט אז עס איז נישט באשערט איך זאל זיין דער ערשטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 17:53 |
|
| |
איך וואלט געענפערט אויף עטליכע פון דא .
נאר צוויי זאכן האלטן מיך אפ:
1) איך ווייס נאכנישט פונקטליך וואס gossipp באדייט.
2) איך שפעקוליר (שפעקולירן מעג מען דאך) אז איך מיין אז איך ווייס, און דער וואס ווייסט רעדט נישט .

|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 17:58 |
|
| |
דאכט זיך מיר אז 'יאנאש' מיט 'פארברענגען' זענען נאהנטע חברים!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 18:25 |
|
| |
וואטס-אפ;
דאס אז דער איז דער און יענער איז יענער איז נישט קיין שום אויפדעקונג, ווען דען איז דער און ווער דען איז יענער, דער קונץ וואלט געווען ווען דו קענסט אנצייגן אז דער איז גאר יענער און יענער איז גאר דער. וואטס-אפ?
פויער;
דו מיינסט אז דו ווייסט, אדער דו ווייסט אז דו מיינסט?
שייןהויך;
דאס איז נישט קיין סוד, ער האט דאס אליין געשריבן אין די מזל טוב אשכול.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 18:27 |
|
| |
איך מיין אז די שיין הויך ביזט מיין חבר
אז די האסט שוין געשריבען "איך מיין" וואס קענסטי נישט שרייבען מער פרטים איבער זייער חבר'ית שאפט הע האסט נישט קיין gutsאדער וואס און די ינגערע איז דאס דאכט זיך מיר נישט געווען דיין טבע
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 18:31 |
|
| |
קנאי;
עס פעלט א ווארט פון דיין תגובה: וצריך לומר "אין די אינגערע יארן" וכו'. ושגיאות מי יבין.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2006 05:24 |
|
| |
קנאי:
וואס איז געשעהן מיט דיר? געדענקסט שוין נישט?
פון ווען מיר קענען זיך, בין איך נישט געווען דער מענטש מיט 'גאטס'. נו וואס איז אזוי דער גרויסער חידוש?
|
|
|
|
|