בית פורומים היימישע קרעטשמע

::::::::::::::פרשת ויגש:::::::::::::::::

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2006 17:38 לינק ישיר 
::::::::::::::פרשת ויגש:::::::::::::::::

יעדע יאר פרשת ויגש קלער איך צו זיך: האט נישט יוסף הצדיק ערפונדען דעם רעיון פון ... וויאזוי זאל איך עס אנרופן, נו, די פארקערטע פון קאפיטאליזם.

כ'מיין, קוקט מיר נישט אן פון די לבנה אראפ, איך וועל אייך צייגן אין די פסוקים, ער האט אוועקגענומען דאס לאנד פון דעם פאלק, אלעס געהערט פאר די רעגירונג פון היינט און ווייטער, די מענטשן זענען נאר ארבייטער פאר די רעגירונג, זיי ברויכן געבן א פינפטל פאר די רעגירונג, און פון די איבריגע פיר חלקים ווייטער איינפלאנצן אז עס זאל ווייטער וואקסן, בשכר זאת וועט די רעגירונג זיי שפייזן.

ער האט אפילו ארומגעפירט דעם עולם פון איין גובערניע צום צווייטן, קיינער זאל זיך נישט שפירן בעל הבית אויף זיין אייגן שטיקל פראפערטי.

הגם ער האט יא אנערקענט רעליגיע, ער האט געגעבן פאר די גייסטליכע ספעציעלע רעכטן.

וואס זאגט איר צו מיינע רעיונות?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2006 17:46 לינק ישיר 

די דערמאנסט מיך פון א אלטע אידענע, איז אמאל געקומען אין שוהל שבת וישב און פראקלאמירט פאר די שכינות אז זי האט געלייענט און צאינה וראינה וויאזוי די ברידער האבען פארקויפט יוסף'ן.
מיט טרערען אין די אויגען זאגט צו, גיט פאר דעם יוסף. פאר א יאר האבען זיי די זעלבע געטון און פאר צוויי יאר און דריי יאר, ער וואלט שוין געמעגט וויסען וויאזוי נישט אריין צו פאלען און זייער נעץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ::::::::::::::פרשת ויגש:::::::::::::::::
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext