בית פורומים היימישע קרעטשמע

א גריס אייך פון לונדון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/1/2006 22:34 לינק ישיר 
א גריס אייך פון לונדון

בעליוו איט אר נאט, מיין אינטערנעט קאנעקשען איז גאנץ געשמאק.
דער איד מיט וועם איך האב געטוישט דירה האט 4 שיינע צימערען, דא איז נישט אזוי שיינע וועטער אבער מען טאר זיך נישט אפרעדען.
קווין עליזאבעט האט געשיקט א דעלעגאציע אונז אפצונעמען ביים עירפארט. לאו דוקא די קווין, איינע וואס איז אזוי אלט ווי איר האט אונז באגריסט "וועלקאם טו לונדון".
איך הער אז די קינדער אינדערהיים דרייען איבער דאס הויז ביי די שוויגער.
דאס איבעריגע וועלען מיר משלים זיין א צווייט מאל, קיין גרויסע לשון הרע וויל איך נישט רעדען ביז איך דערזעה מיך אהיים בשלום ושלוה.
מיר זענען ווייט נישט אין א ארץ זבת חלב ודבש.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2006 13:21 לינק ישיר 

הו הא! נאטורליך, כ'האף די ענדזשויסט עס דארט. איי האופ יור העווינג עי באלל.

לאז גריסן די יודישע געמיינדע דארט בשמי.

בלייב געזונט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 16:09 לינק ישיר 

וויאזוי זאל איך איבער געבען דעם גריס? זאל איך ארויף אויפן באלעמער און אויסרופען בקול רם "א גריס אייך אלע פון יענטאשש"?. זאל אך דאס פראקלאמירן פאר'ן גומל בענטשען אדער דערנאך?

רעד איך צו די שוויגער היינט צופרי, זאגט צו ווי אלע גיטע אידענעס, "דא אין נוא יארק איז א שרעקליכער וועטער, גיט עטץ זענץ נישט דאהי."
וואט-ע-פאאל. דער אינטערנערט זאגט מיר עס איז פופציג.

היינט וועלען מיר בעז"ה גיין אויף קברי צדיקים, נישט ממש קברי צדיקים, צו אזעלכע מקומות וואס מען דארף זיך וואשען די הענט ביים ארויסקומען. זי זאגט ס'איז עפעס א מארטש פון סאלדאטקעס, פרעגט מיך גרינגער'ס. איך גיי ווי מען פירט אונז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2006 01:57 לינק ישיר 

נאטורליך;

דו גיי נאר ארויף, גיב דריי קלאפעס דעם בבלעמער, און רוף אויס הויך "א ווארימע גריס אייך אלע פון יענטאאש'ן", ס'איבעריגע וועט שוין נאכקומען, וועסט האבן כבוד מלכים א גאנצע נסיעה דיינע.........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2006 16:08 לינק ישיר 

יענטאאש, אזוי האב איך געטון. דער עולם צוהערער האט מיך אנגעקוקט ווי איינער פון די עשרת השבטים וואס קומט איבערגעבען א גריס פון יענעם זייט סמבטיון.
זיי האבען זיך זייער געווינדערט אויפן נאמען יענטאאש. און מיך געפרעגט אויב די ביזט דער נשיא אדער סתם א בעדער. איך האב אלעמען דערציילט אז די ביזט ראש הקהל אויף די אינטערנעט, זיי האבען א הארד טיים צו גלייבען.

דער דארטיגער ראש הקהל האט פון גרויס רגש געשיקט א פדיון. הארטע וואלוטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2006 15:42 לינק ישיר 

יענטאש און נאטורליך זענט איר צוזאמען געפארן אויף לאנדאן?
אויב יא ביטע נאך איין תגובה פאר שבת, מיר דארפן הערן פון אייך, עפעס נאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2006 00:11 לינק ישיר 

נאך נישט צוריק???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2006 02:37 לינק ישיר 

א נייער אויסשטעל, לאמיר פרובירען וויאזוי דאס ארבייט
אקעי, איך כאפ שוין דאס פארטעל
יא מיר זענען צוריק אבער נאך נישט געקומען צו די כוחות. בקרוב ממש וועל איך מיטיילען פון דער נסיעה קיין לונדון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2006 22:11 לינק ישיר 

נא?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > א גריס אייך פון לונדון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext