בית פורומים היימישע קרעטשמע

טשענדזש פון א הונדערטער???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2006 00:20 לינק ישיר 
טשענדזש פון א הונדערטער???

בערך פיר פינף וואכן צוריק האב איך געהערט אויף א טאלק שאו ווי דער רעדנער האט זיך זייער גערעגט אויף דעם אז מענטשען האבן נישט ליב צו געבן טשענדזש פון א הונדערטער אדער גאר א פופציגער עס איז מיר זייער געפאלן וויאזוי ער האט אראפ געלייגט די גאנצע ענין און איך האב עס געוואלט דערציילן פאר ענק נאר צוליב מאנגל אין צייט האב איך עס נישט דערציילט אבער אזויווי איך האב היינט אויך געהאט אזא מעשה האב איך געטראכט אז איך וויל עס מיטיילן מיט מיינע חבירים דא אין קרעטשמע

איך וועל קודם דערציילן אביסל וואס איך האב געהערט אויף די טאלק שאו

ווען איך האב אנגעצונדן די ראדיא האט ער שוין געהאלטן טיף אינמיטן זיך רעגן אויף דער מענטש וואס האט אים אנגעקוקט פאנני ווען ער האט געבעטן טשענדזש אויף א פופצן דאללערדיגע אייטעם פון א הונדערטער און נאכדעם האט ער זיך גערעגט אויף דעם וואס שטייט ביי די געז סטעשאן אויפן וועג צו זיין הויז ווייל ער האט געהאט נאר א פופציגער און דער מענטש האט אים אנגעשריגן זעהסט נישט אויפן טיר א צעטל אז מיר געבן נישט קיין טשענדזש העכער א צוואנציגער? און אזוי נאך אפאר מעשות ווי מען האט אים אנגעקוקט זייער פאני אז ער בעט טשענדזש פון הונדערטערס

פארוואס מאכט נאך אמעריקע הודערטערס - שרייט ער אויס אויף די ראדיא - אז קיינער וויל עס סייווי נישט אננעמען?

יעצט מיין מעשה

איך בין היינט אריין אין א רעסטעראנט קויפן לאנטש עס האט געקאסט פינעף דאללער און איך האב נאר געהאט צוויי סינגעלס און א הונדערטער האב איך אים געגעבן די הונדערטער נעמט ער זיך קרומען מיט די נאז און מיט די מויל אין פרעגט מיר האסט נישט קיין קלענערס? זאג איך אים יא איך האב צוויי דאללער פרעגט ער מיר אפשר געסטו א בארג פון איינעם? האב איך אים געענטפערט אז עס איז גוט איך וועל עס קויפן ערגעץ אנדערש און איך פאנג אן ארויס צו גיין האט ער מיר שנעל צוריק גערופן און ער האט מיר געזאגט אז ער קען מיר געבן טשענדזש

איז טאקע הונדערטערס געמאכט געווארן נאר פאר די באנק און העכער צו מאכן די בעט?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2006 00:39 לינק ישיר 

באקומען אין אישית
----------------------

מענטשן האבן מורא אז די הונדערטערס זענען פאלשע, אין וויליאמסבורג איז דא א געשעפט (אדער מערערע) וואס באקוקען דאס מיט א ספעציעלע ליכטל אדער פעדערל, איידער זיי נעמען דאס אן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2006 00:50 לינק ישיר 

אין ווילידש אפיס אין ק"י האבן זיי אויך עפעס א מארקער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > טשענדזש פון א הונדערטער???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext