בית פורומים היימישע קרעטשמע

צאתכם לשלום אשכול - פאר פארשווינדענע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2006 02:17 לינק ישיר 
צאתכם לשלום אשכול - פאר פארשווינדענע

דא קען מען אריינלייגן א צאתכם לשלום ווינטש פאר די אלע אמאליגע באזיכער , שרייבער, ראשי קהילה א. א. וו. וועלעכע זענען פארשוואונדן געווארן ווי און וואסער אריין....






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2006 07:33 לינק ישיר 

איך וועל אנהייבן מיט אונזער אלעמן באליבטן מר. קרעמער...


אוי קרעמער טייערער, די ביסט געווען דער ערשטער אין לכאורה דער לעצטער שרייבער דא אויף הייד פארק וואס איז אלץ געווען איידל אין מענטשליך, אלס געזאגט גוט. אוי!!! ווי נעמט מען די גוטע צייטן...

קיינמאל נישט קיין שלעכט ווארט, א שרייבער וואס האט געוויסט אלעס אין די וועלטליכע - יודישע - תורה'דיגע - שמייכלדיגע וועלטן, קרעמער פלעגט אונטערהאלטן דא דעם עולם אפילו און די שווערסטע צייטן.

אוי ! ! !

ווי וועט מען קענען שטיפן די צייט וואס מען האט געשטופט מיט קרעמערס רייכע בא'טעם'טע געשמאקע פענע.

רעדן ווייטער איבער דעם ענין קען איך שוין נישט, עס קומט מיר צו וויינען איבער דעם שווערן פארלוסט, אבער דער אויבעשטער וואס פארלאזט נישט קיינעם וועט זיכער צושטעלן א שטעלפארטרעטער.


קרעמער טייערע זאלסט האבן הצלחה ווי די גייסט, צו איז עס אין ארבייט אדער אין כולל, אדער גאר אין ישיבה.
די באשעפער זאל דיר באגליקן מיט אלעם גוטן, און דעם זכות פון אונטערהאלטן אזא ציבור אויף א כשר'ן געשמאקן אופן זאלסטו זוכה זיין צו בני חי' און פרנסה בריווח ביז משיח'ס טאג. אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > צאתכם לשלום אשכול - פאר פארשווינדענע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext