בית פורומים היימישע קרעטשמע

שוין לאנג נישט.....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/1/2006 15:15 לינק ישיר 
שוין לאנג נישט.....

טייערע ברודער לכבוד די אויפנאמע פון מיין גוטער חבר ר' התאחדות האב איך געקלערט נישט צו לאזן מער די קרעטשמע ליידיג, איך האף בעזרת השם אריינצוקומען כסדר אין טרינקן א גלעזעלע שנאפס, אבער נישט אויף דאס האב איך אייך מיינע חברים באלמוטשעט צו עפענען די אשכול.
שוין לאנג נישט איז אפשר נישט די ווארט, איך וואלט געדארפט שרייבן שוין זייער לאנג נישט........ עט איר עבאדעי פרעגן וואס שוין זייער לאנג נישט?
אויף דעם איז דא א לאנגע תירוץ, כדלהלן:
1) אויפגעשטאנען אין די פארטאגס שעה'ן אין אדורכגעקנאקט אפאר בלאט גמרא תוס'
2) געבענטשט אין א סידור (וואס איז בדרך אגב א סגולה פאר פרנסה)
3) געמאכט עפעס א גוטן דיל
4) זיך געשטעלט שמונה עשרה מיט דעם בעל תפילה
5) געהאט אפאר רואיגע מינוט, צו פארברענגן מיט חברים, אזוי ווי אין די ישיבה יארן
6) און דאס איז שוין העולה על כולנה, דער פארום איז שוין זייער לאנג נישט געווען אזוי טויט.
הגם איך בין נישט פון די געווענדליכע שרייבער דא אין קרעטשמע, אבער פון די ליינער בין איך געוויס יא, איך האב נישט צופיל צייט וואו אויבן דערמאנט, און איך בין נישט אזא גוטע שרייבער, און איך מיין אז קיינער וועט מיר נישט קיין פינף שטערנ'ס פאר מיין אשכול, און אפשר גאר קיין דריי אויך נישט, און אויף ווייניגער וויל איך נישט אפילו רעדן, באט כדי ס'זאל נישט שלאפן דער פארום בין איך דאך אריינגעטאנצן אין דעם נושא און איך האף אז אפשר דאס וועט אויפלעבן דעם פארום, איך געב רשות פאר אלע ליינערס זאלן מיר אויסלאכן אויף מיין אשכול, אבער ביטע טייערע ליינער שרייבט דאס אריין דא, למען לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים, כדי די פארום זאל נישט גיין שלאפן חס ושלום.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שוין לאנג נישט.....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext