| נשלח ב-13/1/2006 15:34 |
|
| |
הספדים ודברי הזכרה
דא ווערן אלע געבעטן צו שרייבן דברי הספד והערכה אויף אונזער אלעמען אזוי באליבטען פריינטליכען געשמאקן ידיד, וואס איז אקאורשט נפטר געווארן פון זיין אויפגאבע, דאס איז טאקע נישט מער ווי מיין פארגייער, כבוד הרב
פענסטער
ומלפנים נפחא
יעדער ווייסט דאך וויפיל ער האט געלייסטעט פאר אונזער קהלה, און פאר אונזער קרעטשמע, רבותי נעמט ארויס אייערע קוואליפיקאציעס פון טאש, און נעהייבט אן, מיט דברים של טעם, מיט שבחים, סיז שוין נישט בפניו מ'קען שרייבן אלע שבחים אויף אמאל.
וואו אויך ביטע מאכן די הספדים ווארים און עמיציענאל, אויב מעגליך, אויב סי נישט מעגליך, דאן ביטע שרייבט קאלטע טרוקענע הספדים, ס'עט נישט אויסגעמעקט ווערן בעזרת השם.
דער עיקר נישט זיין קיין כפוי טובה פאר דעם הויכגעשעצטען פענסטער.
תודה רבה
טענקס אלאט
ספאסיבא באלשוי
מוטשא גראסיאס
תוקן על ידי - התאחדות - 13/01/2006 17:26:09
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2006 16:20 |
|
| |
שא! מורי ורבותי! ס'זאל זיין שטיל! דער נפטר גייט זאגן אפאר ווערטער!
(איך קום ארויף צום מייק דער גאנצער עולם פארגייט אין א געוויין)
מורי ורבותי, ס'שטייט אין די וואכעדיגע סדרה "ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה", איך האב געקלערט בדרך רמז עס אויסצוטייטשען אויף אונזער נפטר מוהר"ר פענסטער ז"ל, (ס'הערט זיך פרישע כליפערייען פונם עולם) אונזער פענסטער האט אזוי שיין באדינט דעם עולם דא פאר זיבעצען וואכען יום ולילה לא ישבת, ער האט נישט גערוט נאר געזען אז יעדער זאל האבן פון אלעם גוטן, דעס קען מען זאגן פשט אין פסוק "ויחי יעקב" יעקב איז מרומז אויף אונזער פענסטער, "בארץ מצרים" דאס איז א רמז אויף הייד-פארק, "שבע עשרה שנה" דעס איז אקעגן די זיבעצען וואכען וואס אונז האמיר געהאט די זכי' אז פענסטער זאל אונז באדינען. הוי מי יתן לנו תמורתו! ומחה ד' דמעה מעל כל פנים וכו'.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2006 21:22 |
|
| |
מורי ורבותי....(דא וויינט מען שטארק)
לא איש דברים אנכי, איך בין נישט דער מענטש וואס זאל קענען ארויסברענגן אויף מיין מויל דעם נאמען אפילו, פון מיין פארגייער, דעם באליבטען איש המעש ערעב פענסטער.
נאר אבער יאך וויל נישט סיזאל ח"ו קומען דער עונש וואס קומט אויף תלמיד חכם שלא נספד כהלכה, איז ממילא במקום שאין איש, השתדל על כל פנים להיות איש. (דא קאכט מען, מיט א פתח)
אז סיז ליידער בעוה"ר געקומען די צייט ארויס צו ברענגן די שבחים און מספיד זיין דעם אזוי אלעמען באקאנטן ערעב פענסטער, אויף דעם אליין עט מען ווען געזאלט מאכן הספדים ודברי הזכרה, נאר אבער ווי אויבנדערמאנט, במקום שאין איש, אזוי ווי עס וועלן דאך אוודאי ארויפקומען די פראמינענטע רבנים און דאיאנעם, מיט אמת'דיגע שבחים אויף דעם גרויסארטיגן נפטר, איז דאך אוודאי אז יעדערע איז מחויב מפשפש במעשים צו זיין.
סישטייט אין די וואכעדיגע סעדרע, הצדיק אבד ואין איש שם על לב, (דא דארפן אלע צוזאמען וויינען אויף דעם קול), זאגט דער מדרש הנעלם, אז דאס גייט ארויף אויף די פריערדיגע צדיקים, ווייל אויף זיי שטייט אין די ספרים ואין איש שם על לב, (דא ווידער אמאל), דער צפנת אויף די וואך פרעגט א הארבע קשיא ווי אזוי האבן יוכבד מיט פועה געקענט ראטעווען די אידן? סיז דאך געווען א גזירה מן השמים, נאר זאגט ער מ'זעהט אין די וואכעדיגע סדרה, ולא יכול יוסף להתאפק, יוסף הצדיק האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, ממילא האט ער אלעמען ארויס געשיקט.
לעניינינו קען מען אפשר מפרש זיין די דברי אלקים חיים, יעדער ווייסט דאך די גרויסע כוח המעצר פון ידידינו ערעב פענסטער, זכרונו בגנזי מרומים, ווי ער פלעגט זיך מיט אלע כוחות שוין נאכדעם וואס ער האט געהייסן נפחא, אוי וויי געוואלד, עפענען דעם פענסטער, אזוי ווי סישטייט טאקע די וואך אין די סדרה, יעקב האט געזאגט פאר יהודא'ן יתר שאת ויתר עז, בני עלית, איז דאך פשוט נישט שייך אפילו ארויסצוברענגן די מעלות און חסרונות פון דעם נפטר, בפרט אז דאס אין א בחי', וואס שטייט אין תוספות ישנים, דאכצאך אין פ' במדבר, כאילו מתו מוטל לפניו, אוי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל, די חסרון איז אז מיר ווייסען שוין נישט זיינע מעלות, אזוי ווי ס'שטייט אין די משנה, האחרונות משכחת הראשונות, אבער די חסרונות איז דאך פשוט רבותי לאמיר זיך כאפן ביים קאפ:
פענסטער פעלט
פענסטער פעלט
אוי ואבוי לנו
דאס איז טאקע פשט וואס ראובן האט געזאגט דעם טאטן ואני אנה אני בא, ווי שעם יאך זיך נישט איבער צו נעמן דעם פלאץ פון אזא גדול בענקים, וואס האט אלעמען אפגעפרעגט און אפגענפערט מיט אזא קלארקייט, געשטאנען פעלזן פעסט קייגן אלע רוחות רעות שבאות לעולם, ווי עלן מיר זיך איצט ארויסשטעלן דעם קאפ, וואסארא פנים עלן מיר טראגן, נאך אזעלכע שווערע מעברים.
דער עולם זאל זעך יעדערער זיך איבערקלערן, צו האב איך נישט גורם געווען אויף די צרה, דאס איז דאך באמת א צרת רבים, וואס רש"י זאגט שוין אויף דעם, אז דאס איז א חצי נחמה, אבער געוואלד דאס קען איך אייך אלע צוזאגן, אז דאס איז נישט מער ווי א נחמת שוטים, וואס קלערט איר, בין איך טאקע אזא שוטה? (דער דאיען צוכליפערט זיך אויף דעם קולל, אלע וויינען ביטערליך מיט).
נאר וואזשע דען קיין יאוש איז נישט פארהאנדין, אז דער עולם עט באמת גלייבן, קען גאר געמאלט זיין אז דער פענסטער עט תחיית המתים אויפשטיין, און ס'עט שוין זיין ובלע המות לנצח ומחה שם דמעה מע.................
(די לעצטע ווערטער האט מען שוין נישט געהערט דער דאיען האט דאס שוין געזאגט צו שטיל כנהוג בתפוצות)
תוקן על ידי - התאחדות - 15/01/2006 21:24:51
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 17:29 |
|
| |
דער נייער סגן מנהל (ער גלייכט זיך צו רופן מנהל, ער ברויך אבער איינזען אז ער האט מערערע שותפים אין דער ארבעט, און קען זיך נישט דערקלערן מנהל על אפם וחמתם) דרייט מיר אראפ דעם קאפ אז איך זאל שרייבן אן הספד אויף אונזער אלעמען באקאנטן באליבטן מר. פענסטער ני"ו וועלכער האט געדאנקט פון זיין קוימען-קערער פאזיציע אין די קרעטשמע און דאס איבערגעגעבן פאר אונזער חשובער דיין (זינט ר' זרח פעפער איז ווי אין וואסער אריין, האט דער דיין איבערגענומען אויך זיין בענקל אין לשכת ההוראה, און פון יעצט און ווייטער קען ער מיט רעכט אנגערופן ווערן גאב"ד הקרעטשמע שליט"א).
איך האלט זיך אבער ביי מיינס, איך קען נישט מקבל זיין תנחומין על החי, איך קען דאך אונזער פענסטער פערזענליך, נישט איינמאל האב איך געהאט פון אים פערזענליכע טובות (ווער געדענקט די נסיעה קיין קרית יואל), איך קען נאכנישט אראפשלינגן דעם געדאנק אז מיר וועלן אים שוין מער נישט זעהן דא אויפן אויבן-אן.
איין טרייסט האב איך יא, אז מאחורי הפרגוד פון הונטער די קוליסן וועט ער ווייטער שטיין צו הילף, מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש, ער האט מסתמא נאכנישט פארגעסן וויאזוי מען איז חוסם א נודניק און וויאזוי מען מעקט תגובות פון אומגעוואונטשענע עלעמענטן.
תיתי ליה, לאמיר אים אלע אפגעבן דעם פולען קרעדיט אויף אן עפיזאד וואס איז זיך נעכטן פארלאפן! יא, אין אומרים בפני המת אלא דבריו של מת... הערט א מעשה וואס איז נעכטן פארגעקומען צווישן די קרעטשמע ווענט, וואס די האר פון קאפ וועלן זיך אייך אויפשטעלן צו זעהן ווי געטריי אונזער חשוב'ער באגאבטער פענסטער איז.
דער זייגער האט געקלאפט 6:41 (היידפארק צייט איז געווען 23:41 אדער 00:41, איך בין נישט אזוי באהאווענט אין דעם), ריקט זיך אריין א מנובל מיטן ניק 'טבריוס', נישט מער און נישט ווייניגער ער האט געהאט די העזה ארויפצולייגן א שמוציג בילד מיט א גאנצע באשרייבונג דערצו, חס מלהזכיר.
מה עשה הקב"ה? השי"ת האט געהאלטן זיין רעכטע האנט אויף אונזערע אידעלעך, און משמים האט מען צוגעפירט אז פונקט יענע מאמענט זאל אני הקטן ארויפשפרינגן אויפן פורום. באמערקענדיג דעם עפיזאד האב איך געטאן וואס יעדע מנהל וואלט געטאן, איך האב צוערשט געקוקט די מספר מנוי (מעמבער נומער) פון דעם יעניגן שטרוי-זאק (דאס שלאק זאל אים באטרעפן אין גיכן), כדי אים חוסם צו זיין [ווייל וויסן זאלט איר, אז אויב איך נעם קודם ארונטער יענעם'ס תגובה, קען איך שוין נישט אויפזוכן זיין מספר מנוי, און ער בלייבט א געפאר אויף שטענדיג פאר די חברי הקרעטשמע].
איך בין אריין צו "כניסה למנהלים" (וואס דארט קען מען דורכפירן די ביזנעס פון פארשפארן אומגעוואונטשענע פארשוינען), חוסם געווען דעם שייגאץ, און איך וויל צוריקגיין צום פורום ארונטערנעמען דעם שמוציגן אשכול, ואיננו!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
דער זייגער האט געקלאפט 6:42 ניו יארק צייט, און דער אשכול איז שוין געווען אין מיסט קאסטן!!!!!!!!!!!!!!!!
זעהט וואס דאס מיינט א מנהל משנה (אפילו א געוועזענע מנהל משנה) וואס טראגט אחריות אויפן פורום!
אפריון נמטייה פאר אונזער ידיד ר' פענסטער וואס האט באותו מקום באותו זמן, אין יענע רגע וואס איך האב ארויסגעטראסקעט דעם שייגעץ, איז ער געשטאנען און אויסגעמעקט דעם אשכול!
איז דאך ממש קשה עלי פרידתכם, ווי קען איך זיך צוזאמקלויבן און אראפלייגן א הספד ווי עס באדארף צו זיין אויף אזא פיינעם מנהל משנה, נאר וואס דען, ווי מיר האבן שוין ארומגערעדט פריער, יעקב אבינו לא מת, מה הוא בחיים אף זרעו בחיים, מיר האפן אז טראצדעם וואס זיין ניק שטייט שוין נישט אויפן ליסטע פון די באהערדע, וועט ער נאך ווייטער צו הילף שטיין, אז מיר זאלן קענען ווייטער אויף דעם גראדן וועג גיין, במהרה בימינו אמן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 05:51 |
|
| |
דער אלטער מנהל מיסטער קרעמער באטשי (ער גלייכט זיך צו רופן מנהל, כאטש ער איז שוין לאנג נישט מנהל קוים געווען פאר עפעס א קורצע תקופה'לע דארטן, ובפרט זינט ער האט געהרגעט הוטקע האט ער פארכאפט די מאכט על אפי וחמתי בערה בי ) דרייט מיר אראפ דעם קאפ איך זאל עפעס שרייבן אין קרעטשמע, צי איז עס הספדים, צי זינגען טאנצן, צי סתם בלא בלא בלא, נו איז דאך באקאנט דער דין אין חו"מ ח"ד הל"י סקט"י אז אין מסרבין לגדול, און דעריבער האב איך מיר גענומען די מיה אין כעל אים א טובה טאן דעם קרעמערע'ן און מנציח זיין אפאר שטותים וואס וועט זיין לאות ולמשמרת ולמציצה בפה לנצח נצחים.
וזה החלי, און טאקע מיט וואס כאב אנגעהויבן, איז לכאו' שטייט דאך קלאר אין מסרבין "לגדול" פאר א גרויסן, נו ווער זאגט ער איז גרויס?. אים אהערברענגען אין קרעטשמע און אויסטאן בפני עם ועדה איז דאך נישט קיין גערעדאכטץ ווייל ער לאזט דאך נישט.
בפשטות איז דאך א ראי' וויבאלד איך בין טאקע נישט מסרב, איז דאך א קלארער באווייז אז יא ער איז א גדול, אבער ווערט דאך שווער פארוואס האב איך ביז יעצט יא מסרב געוועזן, נו אלא טאקע איז דאך א ראי' אז ער איז נישט קיין גדול, נו ווערט דאך א סתירה צווישן קרעמער און קרעמער, איין פלאץ שטייט אזוי און איין פלאץ שטייט אזוי. (וויאזוי ?).
לעולם איז שווער נאך א קשיא, און דאס איז שוין יא מעין המאורע, קרעמער שרייבט אז התאחדות האט אים געבעטן און פשוט אראפגעדרייט דעם קאפ ער זאל עפעס שרייבן אויף פענסטער א שטיקל הספד, דברי כבושין. נו קרעמר איז דאך באוויסט אלס א לב טוב א גוטער א בעל חסד, (איך קען אים דאך פערזענליך) טא פארוואס דארף מען אים אזויפיל מוטשען ער זאל עפעס שרייבן ? און נאכדערצו אין זיין קרעטשמע וואו ער איז דאך מנהל ? ( אזוי פאררופט ער זיך) אתמהה ??
ועוד קשה, און נאך איז שווער, קרעמער איז ביזי ארומשיקן סאפיסטיקירטע עלעקטראנישע מעסעזשעס פאר יעדן איינעם וואו ער בעט זיך מען זאל קומען שרייבן עפעס ווייל די צושטאנד איז דערקלערט געווארן אן "עמערזשענסי", פרעגט זיך ווי פון זיך אליינס, הייתכן ? אין אזא שעת הדחק ווען דער מצב איז שמאל דארף מען זיך בעטן ביי קרעמער'ן צו שרייבן ? זאל ער נעמען דעם פעדער און שרייבן ?! ביסטו א מבין !!!???
ונראה לי, און סי געפעלט מיר, אז חדא מיתרצת בחברתה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 06:37 |
|
| |
און נאך א קשיא. קרעמער שרייבט א לאנגען הספד אויף די מעשים טובים פון פענסטער'ן זאל זיך מיהן, א מעשה מיט עפעס א גלגול א ניק וואס האט עפעס געשריבן א פאני תגובה, און אויסגעמעקט, אראפגעהאקט, געקנאקט, פארשטאפט, חוסם געווען, מספר מנוי, צוריקגעקומען, גארנישט געזען, אין ניו יארק, 6:42 , און נאך עפעס א גאנצע לאנגע מעשה, עיין שם.
לאזט זיך פרעגן, ווער זאגט אז דאס איז געווען פענסטער ? רבוש"ע ? ער לעבט דאך שוין נישט ? אין הכי טאקע שמא מת לא חיישינן אבער שמא ימות חיישינן.
אני לעצמי מה אני האלט, ( אוי מה מה מה אאאני ) אז דאס איז געווען הוטקה זצ"ל וואס איז זיך געקומען מיהן פאר זיין וואוילזיין און אפגעמעקט יענע נארישע תגובה פון יענער וועלט ארויס. און לכאורה איז דאס סך מער מתסבר און לייגט זיך אויפן שכל, ווייל הוטקע איז דאך נישט געשטארבן בפועל, ער איז נאר נעדר געווארן, (פאר וועם סיז באקנט), איז דאך דא א סברא מיתה לא שכיחא, שמא מת לא אמרינן, ממילא דרייט ער זיך ארום ערגעץ וואו, ווי א פינצטערער שפיאן, און קומט אהער מתקן זיין ענינים הצריכים תיקון. משא"כ פענסטער האט דאך קלאר געשריבן "ברוך דיין אמת" און עס גייט זיין אפילו א לוי', איז דאך וויבאלד ער לעבט שוין נישט מער, איז דאך נישט שייך מער מיתה לא שכיחא ווייל ער איז דאך זיכער געשטארבן, ממילא ווי קען א געשטארבענער מתקן זיין א תגובה, ער איז דאך שוין געשטארבן ? משא"כ הוטקע וואס ער לעבט דאך נאך, איז דאך שייך ביים אים שמא ימות חיישינן, ממילא איינער וואס גייט שטארבן (ביי די 120 יאר) קען יא קומען און אויסמעקן א תגובה. משא"כ פענסטער איז דאך מער נישט שייך שמא ימות, ווייל ער איז שוין, און מען קען נישט צוויי מאל, ממילא איז דאך א הוחכה אז ער לעבט נישט און ער קען שוין נישט מתקן זיין תגובות. משא"כ קרעמער... משא"כ הוטקע... וכו' וכו' למטה למטה מעשרה טפחים.
מאידך גיסא, יש לדון, קען מען דן זיין, אויף הוטקע אויך, ווייל די גמרא ין כתובות דף י"ח איז דאך ידוע, הפה שאסר הוא הפה שהתיר. און הוטקע האט דאך געאסרט צו לייגן די יעניגע סארט פאני תגובות, איז קען געמאלט זיין אז אפילו עס וואלט געווען וואלט ער עס נישט אויסגעמעקט צוליב הוא הפה שהתיר. אבל זה נראה לי דחוק.
איך האב שוין נישט צייט פאר דיר קרעמער מער.
איך האב געמאכט קשיות מאך די תירוצים, איך קען שוין נישט מער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 07:40 |
|
| |
משנה;
כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי דער עלעקטראנישער בריוול איז אנגעקומען צו דיר אויך... נעקסט טיים וועל איך בעסער אכטונג געבן פאר וועמען איך שיק...
ואתך הסליחה, כי אתה רב סליחות (מיר קענען זיך דאך פערזענליך).
|
|
|
|
|