בית פורומים היימישע קרעטשמע

^^^^^^ פרשת שמות ^^^^^^

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/1/2006 02:58 לינק ישיר 
^^^^^^ פרשת שמות ^^^^^^

פראגע פון די וואך:

וויאזוי האט געהייסן די מוטער פון משה רבינו'ס מוטער יוכבד?


תוקן על ידי - קרעמער - 15/01/2006 2:57:15



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2006 01:58 לינק ישיר 

שיינע זאכען פון די סדרה:

ויעש להם בתים = זאגט דער דעת זקנים אז דאס מיינט פשוט אז פרעה האט זיי איינגעשפארט אין געפענגעניש! אז זיי זאלן מער נישט קענען העלפן די אידישע מאמעס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 05:40 לינק ישיר 

קרישקעלעך פון די מפרשים:

דער דעת זקנים שרייבט אז די פאסטוכער האבן פשוט אריינגעטראסקעט יתרו'ס טעכטער אין ים אריין, מיט דעם גיבט ער צו פארשטיין די לשון "ישועה" וואס שטייט אז משה רבינו האט זיי געהאלפן, וואס מיר געפונען דעם לשון ביי א דערטרונקענעם, ווי עס שטייט "הושיענו כי באו מים עד נפש".

די האנט פון בתי-ה האט זיך אויסגעשפרייט 60 אמות אזוי שטייט אין דעת זקנים.

עס זענען פארהאן עטליכע וועגן וויאזוי מען לערנט ארויס פון פסוק אז די אידישע פרויען האבן געבוירן זעקס קינדערלעך אויף איינמאל, טייל זאגען אז מען לערנט דאס ארויס פון די זעקס לשונות אין פסוק: 1. פרו. 2. וירבו. 3. וישרצו. 4. ויעצמו. 5. במאד. 6. מאד.

אנדערע זאגען אז "פרו וישרצו" איז בגימטריא "ששה בכרס אחד" ווייניגער 2 (במאד מאד איז משלים די 2), דעת זקנים.

דער ספורנו זאגט אז "וישרצו" מיינט אז די אידן האבן זיך ליידער אויפגעפירט ווי די שרצים פון ווען די הייליגע שבטים זענען נפטר געווארן.

דער אבן עזרא ברענגט צו פון דאקטוירים אז דאס מערסטע וואס א פרוי קען האבן אויפאמאל איז 7 קינדער.

דער דעת זקנים (פ' תזריע) ברענגט פון די חכמי הטבע אז עס זענען דא זיבן קעמערלעך אין די רחם, די רעכטע דריי פאר זכרים, די לינקע דריי פאר נקבות, און די מיטעלסטע איז פאר טומטום ואנדרוגינוס. (עס ווערט צוגעברענגט אין גור אריה די וואך, און אין אלי' רבה או"ח סי' ר"מ).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 19:03 לינק ישיר 

ממינט דאס אז די אידן האבן געהאט 3 אינגלעך און 3 מיידלעך אין א טומטום??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 23:00 לינק ישיר 

יאנאש;

איך שעם זיך.

די אידן האבן האבן נאר געהאט ששה בכרס אחד, האבן זיי געהאט - לויט די קבלה - דריי אינגלעך און דריי מיידלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/1/2006 16:31 לינק ישיר 

איים סאו סארי, פארזעהן, באט קוים אנגעהויבן צו לערנען סאו גיב די גער עי טשענס.
ביי דע וועי איך דארף מיך שעמען נישט די (אחוץ אויב זעמער משפחה).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2006 17:40 לינק ישיר 

די וואך שרייבט רש"י אז ווען יוכבד איז אלט געווען 130 יאר ווען משה רבינו איז געבוירן, שטעלט זיך א פראגע פארוואס ביי שרה וואס זי איז נאר אלט געווען 90 יאר פארציילט די תורה די גרויסע נס וואס איז געשען, משא"כ יעצט ביי יוכבד וואס איז לכאורה נאך א גרעסערע נס שרייבט נישט די תורה גארנישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2006 18:00 לינק ישיר 

ווייל יוכבד האט שוין געהאט קינדער פון פריער! (משא"כ ביי שרה איז דאס געווען די ערשטע קינד).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/1/2006 21:31 לינק ישיר 

קרעמער;

ווען די תורה שרייבט די נס פון שרה שטייט נישט אז די גרויסקייט פון די נס איז וועגן ס'איז די ערשטע קינד, נאר "אחרי בלותי היתה לי עדנה" אדער "ואדוני זקן" און דאס גלייכן, און יוכבד איז דאך געווען נאך עלטער, און קיין ווארט ווערט נישט דערמאנט דערפון און די תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2006 03:29 לינק ישיר 

פענסטער;

איך געדענק נישט יעצט אין וועלכע ספר איך האב געזען די תירוץ וואס איך האב געשריבן, אבער לכאורה וואלסטו געקענט פרעגן דערויף א שטארקערע קשיא, אמער, ווען "מרים" - די עלטסטע קינד פון יוכבד - איז געבוירן, איז יוכבד אלט געווען 124 (מרים איז געווען 6 יאר עלטער פון משה רבינו), קומט דאך אויס אז זי איז ביי איר עלטסטע קינד געווען 34 יאר עלטער פון שרה אמינו?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/1/2006 03:45 לינק ישיר 

די ענטפער אויף די שאלה פון די וואך איז

אותה


אזוי שטייט אין דעת זקנים (וואו דען???) סדר במדבר (כ"ו, נ"ט) וז"ל: אשר ילדה אותה ללוי, כי אשתו של לוי אותה שמה עכ"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/1/2006 03:53 לינק ישיר 

מיין ברודער האט מיר געזאגט א תירוץ פונעם דובנער מגיד, אז וויבאלד אין מצרים איז געווען געוואלדיגע ניסים פון "ששה בכרס אחד" וכו', איז שוין נישט געווען קיין גרויסע גדולה אז יוכבד האט געבוירן א קינד ביי די 130.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2006 18:07 לינק ישיר 

קרעמער;

אזוי שטייט טאקע פון דובנער מגיד און ער לייגט נאך צו א משל צו דעם, אז אמאל איז א ארימאן ארויסגעקומען פון א עושר'ס הויז מלא שמחה אז דער עושר האט אים געגעבן א גאנצע גולדן, זאגט אים א צווייטער ארימאן הע! איך האב באקומען פון אים צוויי גולדן, זאגט אים דער ערשטער ס'קען נישט זיין ער איז דאך א קארגער, ווען האט ער דיר געגעבן צוויי גולדן, ענטפערט ער אים וואס הייסט איך בין ארויפגעגאנגען פורים צו דעם עושר און ער האט מיר געגעבן 2 גולדן, זאגט ער אים צוריק א גרויסע קונץ פורים טיילט דאך יעדער איינער גרויסע געלטער, משא"כ איך האב באקומען אין א פלעינע וואכען טאג א גאנצע גולדן. והנמשל מובן מאיליו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2006 23:23 לינק ישיר 

איז משה רבינו געבוירען געווארען ריין פין שלעכטע מידות אדער האט ער שווער געארבעט ביז זיין יצר הרע האט געזעהן מיט וועם ער האנדעלט און געפאקט פעק ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2006 00:09 לינק ישיר 

עס איז באקאנט די מעשה מיין איך, אבער איבערפארציילן שאדט נישט.
אין די צייטן פון משה רבינו איז געווען א מלך וואס האט געהערט פון די מורא'דיגע ניסים וואס השי"ת האט געטאן פאר אידישע קינדער דורך זיין עבד נאמן משה רבינו, האט ער זייער שטארק געוואלט קענען משה רבינו'ן פערזעהנליך.
אבער היות עס איז נישט געווען ווי היינט, וואס מען פארט פון איין פלאץ צום צווייטן אזוי גרינג, און אוודאי נישט א מלך, האט דער מלך געדונגן איינע פון די בארימסטע מעהלער אין יענע עפאכע, אז ער זאל אראפ פארן דארטן וואו די אידן געפונען זיך, און אפמאלן א בילד פון משה רבינו.
וכך הוה, דער מעהלער איז אראפ געפארן אהין, און טאקע אפגעמאלן א בילד פון משה רבינו מיט אלע דעטאלן און צוריק געברענגט צו זיין מלך.
ווי נאר דער מלך האט באקומען דעם בילד האט צוזאמען גערופן אלע זיינע חכמים, זיי זאלן אים געבן א רעפארט אויף די מהות פון משה רבינו.
זיי האבן אלע פה אחד געזאגט אז עס קען נישט זיין אז דאס זאל זיין דער וועלט בארימטער מלך ישראל, ווייל פשוט זיי זעהן נישט אויף אים קיין איין גוטע מדה.
האט זיך דער מלך זייער אויפגערעגט אויפ'ן מעהלער פארוואס ער פאפט אים אויס וכו......(המגי',כאן צריך להאריך בהקולות).
האט אים דער מעהלער געזאגט, אדוני המלך  איך שווער ביי אלעס וואס איז הייליג אז דער איז דער מענטש וועמען די האסט מיר געהייסן נאכמאלן, אדרבה זאל דער מלך אראפקומען מיט מיר אין זיך איבערצייגן.
דער מלך איז טאקע אראפגעפארן, מען האט אים אויפגענומען בכבוד גדול ווי עס פאסט, און ער האט טאקע געזעהן אז דאס איז משה רבינו ווי אויפן בילד.
פארן זיך געזעגענען, האט דער מלך זיך נישט געקענט איינהאלטן און ער האט געפרעגט משה רבינו, וואס איז פשט אז אויפן בילד וואס דער מעהלער האט מיר געברעגט קען מען נאר זעהן שלעכטע מידות??
האט אים משה רבינו גע'ענטפערט, באמת בין איך געבוירן אן קיין איין מדה טובה, אבער איך האב אזוי שטארק געארבעט אויף מיר אזש איך בין אויפגעוואקסן דאס וואס די זעסט.
עד כאן המעשה


אזוי געדענק איך די מעשה אויב איינער ווייסט אנדערש ביטע זאגן, יישר כח





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ^^^^^^ פרשת שמות ^^^^^^
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext