בית פורומים היימישע קרעטשמע

עמערדזשענסי צושטאנד דערקלערט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2006 01:00 לינק ישיר 
עמערדזשענסי צושטאנד דערקלערט

היינט - דינסטאג, דער טאג וואס איז געדאפעלט מיט 'כי טוב', פרשת שמות - בין איך זאט געווארן פון די שטומעניש וואס הערשט דא אין די קרעטשמע די לעצטע 'איך ווייס נישט ווי לאנג'!

איך רוף אויס צו אלע מיינע חברים און שונאים, אלטע און נייע, באקאנטע און פרעמדע, שרייבער און ליינער צוגלייך לא עת לחשות יעצט איז נישט די צייט צו שווייגן! טוהט אויס די רעקלעך, לייגט צוזאם די קוטשמעס אויף די זייט פונעם שרייב טיש, פארלעשט דעם ציגאר אינעם אש טעצל, און... לאזט אייערע פינגער לויפן אויפן קיעבאורד ווי די שחורים אינעם מאראטאן!

איך פארשטיי אז א מענטש וויל אמאל האבן א בראך (ברעי"ק בלעז), איך האב אויך גענומען די פארגאנגענע וואך אן אומאפיציעלע וואקאציע און גארנישט געשריבן, יא, עס שאדט נישט אז מען ארבעט אביסל, וואס קען שוין זיין אזוי שלעכט אז מען פארדינט אביסל געלט אין דער זייט, מען ברויך דאך קענען אויסהאלטן דאס געזונדל אזוי אז מען זאל ווייטער קענען רואיגער פארברענגען מיט די חברים דא אין די קרעטשמע...

אלעס האט דאך א שיעור


איך רוף אויס מיט א קול רעש גדול צו אלע וואס דרייען זיך דא אדער פאלן נאר אריין אמאל אמאל: נעמט אייך צו דער ארבעט, עס איז אומעטיג דא אין די קרעטשמע, די טישן שטייען ליידיג, פוסט און וויסט, שטויב זאמעלט זיך אן אין די גלעזער, דאס שניי אין פארענט ווערט נישט געפיצט, די פענסטער זענען הערמעטיש פארשלאסן, אפילו די הייצונג איז נישט אנגעצינדן, ווייל פאר וועמען זאלן מיר אנווארימען דאס פלאץ? פאר די ראטן וואס דרינגן אריין פון די לעכער? פאר די שיכורים פון די דערנעבנדיגע דערפער וואס פאלן דא אריין טרינקן אביסל וואסער פון די בית הכסא סינק אומבאצאלט?

רבותי! יעצט שוין אין אן ערנסטן טאן ווענד איך זיך צו אלע וואס פלעגן דא אמאל מהנה זיין דעם עולם, איך קען נישט אויסרעכענען אייערע ניקס ווייל די ליסטע איז ב"ה זייער גרויס, איך בעט אייך אלע א פריוואטע טובה פון הארצן טיפן, איר ווייסט ווי שטארק מיר האבן זיך געפלאגט און געמוטשעט ביז מיר האבן דערזען דעם קרעטשמע אין דעם יעצטיגן צושטאנד, א פלאץ וואו אידן קענען כסדר קומען זיך אויסרוען פאר / אינמיטן / אדער נאך א שווערע טאג ארבעט, א פלאץ וואו איר קענט רואיג זיין אז איר וועט נישט ליינען אזעלכע זאכן וואס איר וועט נישט קענען פארדייען, אן ארט וואו איר קענט אריינפאלן אינעם פאטעל און ארויפלייגן די בלאטיגע שטיוול אויפן טיש, און זיך צושמועסן איבער אלעס און אלעמען, אפילו איבער די מאס.

איך ווייס פון מיין אייגענע עקספיריענס - און איך שטעל זיך פאר אז אנדערע וועלן אויך צושטימען מיט דעם - אז אויב עס "טוט זיך נישט" אין די קרעטשמע, זוכט מען נייעס אויף אנדערע פלעצער, פלעצער וואס מען האט חרטה נאכדעם אז מען איז אהינגעגאנגען, איינער פון די חברים דא האט זיך מיר פארטרויעט אז זינט עס איז שטיל אין קרעטשמע ערלויבט ער זיך צו באזוכן פורומ'ס וואס זענען געווידמעט אויסשליסליך פאר פאליטיק און מחלוקת, ער האט זיך אונטערגעקרעכצט דערביי, זאגנדיג: איך ווייס אז עס טויג נישט, אבער וואס זאל איך טאן? איך ברויך זיך דאך ערגעץ אויסניכטערן אינמיטן די ארבעט?

אלזא, רבותי, איך וועל אי"ה טאן אלעס וואס ליגט אין מיינע הענט, איך האף ארויסצושיקן פריוואטע בריוולעך פאר אלע אלטע שרייבער זיי זאלן זיך צוריקקערן מיט א פרישקייט, און איך וועל זיך אליין צופלייסן בלי נדר ארויפצולייגן באלערנדע ארטיקלן, און איך בעט פון אייך: לייגט צו א פלייצע, העלפט אז די קרעטשמע זאל צוריק ארויפפארן אויף די רעלסן.

איך באדאנק זיך פון פאראויס, ווייל איך שטעל זיך פאר אז איר וועט מיר לאזן אליין דא, נאר אנווענדן אלע מיטלן אויפצוהייבן מיין געמיט צוזאמען מיט די גיסטע פון אלע קרעטשמע זיצער און וואנדערער.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 02:37 לינק ישיר 

בריוולעך זענען ארויסגעשיקט געווארן צו א געקליבענע ליסטע פון אלטע מיטגלידער, טייל האבן זיך שוין אפילו אנגערופן מיט ווארימע גריסן, און צוגעזאגט צוצולייגן א פלייצע צו די עבודה.

מיר האפן און ערווארטן פאזיטיווע ענטפערס פון אייך אלע, און פון צווישן אונז אלע זאל ארויסקומען א שיינע פורום, דבר נאה ומתקבל, צו די הנאה פון אלע ליינער און שרייבער און גאנץ כלל ישראל!

אייער פריינט
קרעמער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 02:42 לינק ישיר 

ב"ה , קרעמער - אונזער אלעמען באליבטער שרייבער און אונטערהאלטער גייט זיך נעמען אין די הענט אריין אין גייט ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגן ארבעט.


איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער, אבער א ליינער בין איך יא, און איך קען זאגן מיט א פולען מויל אז זינט די קרעטשמע האט גע'פגר'ט זיך איך אנדערע גליקן, אלזא טייערע געוועזענע שרייבער קומט צירוק, דערמאנט אייך פון די אמאליגע גוטע צייטן וואס 24 שעה פלעגן דא זיין פרישע נארהאפטיגע געשוואלענע געשמאקע ארטיקלען מלא תוכן.

געדענקט!!!

אז איר שרייבט דא טוט איר א טובה פאר אייך און אויך פאר אנדערע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 03:15 לינק ישיר 

יישר כח 'היימישער-איד' פאר די ווארימע דברי חיזוק וברכה, מיר האפן אז איר וועט אויך נעמען די פענע אין האנט אריין, און צייגן אייערע טאלאנטן (אויף די פאר געציילטע תגובות זעט מען אז איר זענט נישט פרעמד אין עולם הכתיבה).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 18:34 לינק ישיר 

קרעמער איך באדאנק זיך פון פאראויס, ווייל איך שטעל זיך פאר אז איר וועט מיר (נישט??) לאזן אליין דא,???
איך האף אז עס נאר א טעות, ווייל איך גלייב נישט אז מען וועט נישט ארויס העלפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2006 21:45 לינק ישיר 

העלאו! און שלום עליכם!

איך בין נארוואס צוריקגעקומען פון וואקאציע איך זעץ מיך צו צום אינטערנעט איך גיי ארויף אויף הייד פארק און ס'ווערט מיר גוט, פיל מיט נייע מענטשעלעך און איך ווייס נישט וואס נאך אלץ. אבער מער פון אלעם האב איך מיך געווינדערט ווען איך זע אז איך האב א הודעה חדשה און מיין תיבה אישית, ס'ווערט מיר גוט ווער וויל שוין עפעס פון מיר?

איך עפען עס אויף און איך זע אז ס'גייט פאר עפעס אן עמערדזענסי צושטאנד און קרעטשמע, (איך האף אז אלעס איז שוין און ארדענונג) און יעצט איך זע דעם אשכול זע איך גאר אז ס'איז געווארן ארויסגעשיקט נאר פאר א געקליבענע צאל אלטע שרייבער'ס, האב איך מיך גוט געשפירט! הו-הא! איך בין אויך פון די געקליבענע.

איך האב נישט צופיל צייט מאריך צו זיין איך דארף מיך אויסריען פונ'ם טולטל הדרך האט'ס מיר אלע א גוט שבת צום ווידער זעהן. ביי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > עמערדזשענסי צושטאנד דערקלערט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext