וואס איז דאס היימישע קרעטשמע?
וואס איז דאס היימישע קרעטשמע?
וואס באדייט דאס?
צו וואס צילט מען דא?
אויף וואס ארויף איז דאס געבויעט?
וואס איז דער פשט פון דעם נאמען?
וואס פאר א מין בריה איז דאס בכלל?
בקיצור אין איין ווארט געפרעגט: "וואס וויל מען דא דערמיט?
אלזא, אסאך טינט זענען שוין פארגאסן געווארן אויף דעם נושא, און פילע פעדערן (און קאמפיוטער קי-בארד'ס) האבן געטראפן זייער ענדע, שרייבענדיג איבער דעם. אבער קיינער, קיינער האט נאך נישט געקענט ארויסברענגען מיטן פולן מויל, וואס אזוינס איז דאס היימישע קרעטשמע?
און באמת איז דאס שווער מגדיר צו זיין. דען היימישע קרעטשמע איז שוין דורך מערערע תקיפות אין איר עקסיזענץ. זי האט שוין געטוישט פלעצער מיט נעמען און אפילו אירע סאלאגאן האלט זיך אין איין טוישן. עס קען דורך גיין טעג און חדשים וואס דאס קען מיט רעכט אנגעריפן ווערן 'א טויטע פלאץ'. און נישט לאנג דערנאך וועט זיך ווירבלען און קאכן ווי א קאכעדיגע קעסל. קרעמער וועט מסביר זיין, יענטאאש וועט צולאזט ווערן, זאררכפרעססער וועט באקן און נאטירליך וועט שרייבן לאנגע דרשות. ואטי כי רוכל ניזל ונמלך? דעריבער איז דאס ווי פארשטענדליך נישט פון די לייכטע זאכן, מסבור צו זיין פאר א ציבור אידן וואס איז דאס היימישע קרעטשמע.
אבער מיט דעם אלעם, וועלן מיר פראבירן אראפגעבן כאטש עפעס א שטיקל בילד פונעם קרעטשמע, ענדעקן וואס טוט זיך אפ א נארמאלן טאג אין דעם קרעטשמע, און גלייכצייטיג אביסל פארענטפערן די אויבענדערמאנטע שאלות, און אויפדעקן ווי ליגט באהאלטן דער סוד פון דעם קרעטשמע.
איז אזוי:
חוץ פון דעם וואס דער קרעטשמע איז דער 'איינציגסטער', הונדרעט פארצענטיגער, אויסגעהאטלטענער, אפענער פורום אויף אונזער הייליגע מאמע לשון שפראך. וואס איז ריין פון לשון הרע, רכילות, ניבול פה, וכדו', און וואו מען איז מכבד יעדעם איינעם מיטן פולן רעספעקט, איז דאס אויך א קרקע דכולי ביה, אלעס וואס איר זיכט וועט איר דערין געפינען, סיי גשמיות, סיי רוחניות.
אונזער קרעטשמע איז א פלאץ פאר אלע סארט:
א אינגערמאנטשיק וואס זיצט זיך ערב שבת, ער זיכט אין ספרים עפעס א ווארט נאכצוזאגן פאר זיין שווער, ער מיטשעט זיך, ער ווייסט אז זיין שווער וועט נישט אזוי שנעל אראפשלינגען אויב ער וועט נישט האבן עפעס צוגעגרייט. דערווייל ליידט דערפון זיין אשת חיל וואס פארשטייט נישט פארוואס איר מאן איז אזוי נערוועז, אפשר איז דאס צוליב איר? ווער ווייסט. פלוצלינג... אה... ער האט זיך דערמאנט... ער גייט ארויף אויפ'ן אינטערנעט, קומט אן צום קרעטשמע, ביים טיר זעהט ער שוין קרעמער מיט א שמייכל אויף זיין אלעמאל פרייליכן געזיכט, דאס גרינע ליכט בלינקט אים אין די אויגן ער עפנט אויף, עס ווערט אים ליכטיג. ער וועט שוין האבן וואס נאכצוזאגן, זיין שווער וועט שוין זיין צופרידן. פון דערזייט זעהט ער אז אפילו אויף חנוכה האט ער שוין וואס צו דערציילן, שייןהויך האט שוין געעפנט אן אשכול, ער וועט שוין נישט מיזן זיצן שטיל און זעהן זיינע חברים פולפל'ן זיך און ער זיצט ווי א ליימענער גולם.
זיצט זיך א שרייבער און שרייבט, ער מיטשעט זיך זייער ער ווייסט נישט ווי אזוי מען שרייבט א געוויסע זאך. ער בליקט אריין אין קרעטשמע... אה... שלמה_זלמן רעדט שוין איבער דעם.. מחיה.
א ארבייטער, ער מיטשעט זיך שעות ער פאלט פון די כוחות.... היימישע קרעטשמע איז פאר אים כמים קרים על נפש עייפה, דארט ליפטערט ער זיך אויס, דארט שמועסט ער זיך דורך אלע זיינע 'בויך קוועטשענישן' עס ווערט אים לייכטער, עס גיבט אים מוהט ווייטער אנצוגיין מיט זיין ארבעט.
בקיצור:
היימישע קרעטשמע איז א פלאץ פאר תלמידי חכמים, פראקטישע בעלי בתים, ליידיג גייערס, מרה שחורה'דיגע אידן, הייפערדיגע אידן, טאלאנטפולע פערשוינען, און, סתם כולל אינגעלייט אדער בחורים, וואס גלייכן סתם צו ליינען א שיינע באשרייבונג. אלע קענען זיך דורכשמועסן צוגלייך נישט קוקענדיג ווער עס איז העכער פון דעם צווייטן.
דאס איז איינע פון די אייגענארטיגקייטן וואס היימישע קרעטשמע פארמאגט. אלע זענען גלייך. דער תלמוד חכם מיטן פויער. דער גראף מיט חיים חייקל, דער יאנאש מיט דעם קרעטשמער. אלע 'פארברענגען' אינאיינעם נישט קוקענדיג אויף זייער כבוד.
היימישע קרעטשמע האט איר לענגסטער און רייכסטע היסטאריע פון אלע היימישע קרעטשמעס. זי האט שוין געזעהן שיינע גלארייכע צייטן, און אויך ביטערע אויסגעשפילטע צייטן. זי איז דורך פייער און וואסער, אבער דער קרעטשמע איז געבליבן שטיין על מכונו מיט איר פולן גלאנץ און פראכט.
עס איז שוין געווען צייטן וואס די קרעטשמע האט זיך געציילט צווישן די צעהן מערסטנס געליינטע פורומים אויף הייד פארק, ווי אויך איז שוין דורך צייטן וואס די קרעטשמע איז געווען באדויערט הערמעטיש פארשפארט צו ווערן.
די קרעטשמע האט שוין מיטגעמאכט טראגעדיעס ווי הוטקה'ס לוויה, מיט די הספדים פון יענטאש. אבער קיינער וועט נישט פארגעסן די הערליכע קבלת פנים פון דעם נייעם בית המדרש שע"י חברה וקהילה. אפילו די דרשה פון ממילה2 וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון געדענק קעמערל.
פון דעם קרעטשמע האבן מיר, קליינע מענטשעלעך, אסאך וואס צו לערנען:
אונזער קרעטשמע סימבאלאזירט, די מידות פון שמחה, אחדות, מכבד את הבריות, און נאך און נאך.
אבער מער ווי אלעס איז דאס מידה פון עקשנות. שטארקייט. זיך נישט לאזן פון בייזע ווינטן וועלכע בוזשעווען און דרויען אונז אוועקצובלאזן. און אז מען איז דורכגעפאלן, איז וואס? מען שטעלט זיך אויף אויף די פיס און מען רופט אויס! 'מיר זענען ממשיך'. יא, מיר האבן נישט ריכטיג געטוהן, אבער מיר גייען ווייטער. יא, מיר קענען זאגן מיט א פולן מויל. היימישע קרעטשמע, נישט נאר וואס זי האט זיך געטוישט, נאר זי האט זיך ערהאבן א נאמען ווי דער חשוב'סטע קרעטשמע. עס שטייט אויפ'ן אויבן אן פון הייד פארק. אזש אז אלע קרעשמעס ברענגען אראפ וואס מען זעהט אויף איר.
זאל מען זיך לערנען א מוסר הסכל פאר יעדע איד. וואו מען שטייט נאר אויף דער וועלט קען מען זיך צוריק אויפבויען און זיך מאכן א נאמען פאר אן איש מכובד (יענטאאש האט דאס שוין ארויסגעברעגט ביי די ארטיקל איבער 'בינם פעפערקארן.. איר געדענקט נאך???).
סך הכל:
דער קרעטשמע איז א סימבאל פון עקשנות'דיגע אידישקייט. א תורה'דיגע פלאץ, א פרייליכע פלאץ, אן ערענסטע פלאץ, אן אחדות'דיגן פלאץ, און וואס בעצם נישט?
דאס איז א פלאץ, פאר א בעל הבית זיך אויסצוליפטערן, פאר א תלמוד חכם זיך דורכשמועסן הלכה'דיגע נושאים, פאר א איד צו טרעפן א גוט ווארט אויף די פרשה, פאר א שרייבער זעך צו לערנען בעסער אידיש, און סתם זיך אויסצוליפטערן, און קענען א שמייכל געבן פרייליכעהייט.
אלזא חברה! קומט אריין אין קרעטשמע, טרינקט א פיינעם קאנייאק, דערווארעמט אייך דאס הארץ, מאכט א לחיים, פארברענגט אינאיינעם. און דער עיקר נישט פארגעסן.
מאכט א לעבן און דאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע זיינע חסדים!1!    

 |
|
|