ליינט! עס איז אינטערסאנט!
שפאצירט זיך א אידעלע געמיטלעך, פארטראכט אין זיינע געדאנקען, מיט שטייטע טריט ווענדט ער זיינע פיס נעבן דאס טייכל וואסער. דער בין-השמשות'דיגע האריזאנט שפיגלט אפ די אוממיטוגע געדאנקען וועלכע בוזשעווען אין זיינע טיפע הארץ סטריניעס, עס ווערט וואס אמאל טינקעלער און טינקעלער, אבער נישט נאר אויפ'ן הימל, נאר אויך אין זיין אנגעווייטאגטן הארץ.
עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער גייט אזוי ארום. עס מאכט זיך זייער אפט, עס כאפט אים אן געדאנקען פון חרטה, שווערע באלמוטשענדע מחשבות. 'פארוואס האט דאס אויסגעפעלט?, איך האב דאך שוין געזעהן פאריגע מאל אז עס לוינט זיך נישט'.אבער נישט דאס צוברעכט אים. ער מאכט זיך א טיפן חשבון הנפש, 'מיט וואס קען איך פארזיכערען אז נאכאמאל זאל איך נישט אריינפאלן?, עס זאל מער אזוינס נישט געשעהן?
דא נעבן דעם טייך, אין די לופט פון די נאטירליךקייט, פילט ער זיך אסאך פרייער און רואיגער. דעריבער לאזט ער פריי זיין מוח דורך צו טראכטן וואס אזוינס גייט אויף אים אריבער.
ער דערמאנט זיך זיינע אינגע בחור'ישע יארן, דעמאלס וואס ער האט געהאט א תשוקה צו רוחניות. זיין דאווענען איז דאך געווען מיט אזא ברען, מיט אזא התלהבות. עלטערע מענטשען פלעגן שטיין און קוקן. דערנאך פלעגן זיי צוגיין צו זיין טאטע, און א טשעפשע געגעבן: "דו האסט א חשוב קינד, ער וועט זיכער אויסוואקסן אלץ איינער פון די גדולי ישראל", זיין טאטע פלעגט שטיין און קוועלן פון נחת.
ער דערזעהט זיך אלץ גרויסע אינגל, גלייך פאר די בר-מצוה זיינעם. ער דערמאנט זיך ווי אזוי ער האט דורכגעלערנט הלכות תפילין, אנדערע הלכות. ער האט געוויסט אז פון היינט אן איז ער שוין א גדול, א מחיוב במצוות. ער גייט אריין אין דעם באשעפער'ס ארמיי, אין דעם הייליגן מיליטער. יא, ער שעמט זיך מודה צו זיין, דעמאלס, ער האט געהאלטן א טאג פאר דעם גרויסן מרוגש'דיגן טאג פאר זיין בר-מצוה. ער האט זיך געטראפן אליין אין א צימער. דאן האט ער אויסגעבראכן אין א היסטערישן געוויין. ער האט הייס צוגעזאגט אז ער וועט זיין אן אמת'דיגן קנעכט פאר'ן אייבערשטן, ער וועט אלעמאל אים דינען און אלעמאל טוהן זיין רצון.
א פלאטשקע האט זיך געהערט פונעם וואסער. א קאטשקע האט זיך געגעבן א ווארף אריין, ארויסלאזנדיג א מאדנעם קוויטש, וועלכער האט אפגעדינערט אין דעם בין-השמשות'דיגן האריזאנט. דער ווידערקול האט ברייט אפגעקלינגען אין דעם ענד'לאזן ארום. עס האט אים צוריקגעברענגט צו דעם ביטערן מציאות אין וועלכע ער געפינט זיך היינט צו טאג'ס.
"געוואלד!!! וואו זענען אלע מיינע הבטחות אנטרינען? וואו זענען מיינע התלהבות'דיגע דאווענענ'ס? וואו זענען מיינע פלייסיגע פילפולים, וואס איך האב מיט פלייס און שווייס דורכגעארבייט? וואו זענען מיינע מידות-טובות וואס איך פלעג באזיסן? וואו איז דער ערליכער איידעלער בחור וואס אלע ארומיגע בחורים פלעגן באוואונדערן? זיי פלעגן זיך וואונטשן און האפן אז זיי זאלן אויסוואקסן אזוי. דאס איז געווען דער סימבאל פון ישיבה, בית מדרש. דאס אלעס איז ווי דערטראנקען געווארן אינעם וואסער."
אומווילנדיג הויבט ער אן צו שפירן א געוויסע פייכטקייט וואס לאזט זיך אראפ אויף די גאנצע לענג פון זיין פנים, עס פילט זיך ווי רעגן טראפנס וועלכע גליטשען זיך אן אויפהער. ער שעמט זיך אביסל, ער האט נאך קיינמאל נישט געוויינט אין פאבליק, חוץ 'אין יענע צייטן' ביי א שמונה עשרה א.ד.ג. אבער סיי-וו-סיי- איז יעצט קיינער נישטא, לאזט ער זיינע טרערן פליסן פרייוויליג. ער פראבירט אפילו נישט אפצוהאלטן זיינע טיפע ווייטאגליכע קרעכצען וואס קומען פון אים ארויס אומעשטעלט. עס געפינט זיך פשוט נישט אונטער זיין קאנטראל.
יא, יא, ער דערמאנט זיך ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן: ער איז דאן געווען א אינגער תמימות'דיגער בחור אין עלטער פון 16/17, וואס האט פון קיין שלעכטס נישט געוויסט. זיינע ראשי ישיבות און משגיחים האבן פאראויס געזאגט אויף אים גרויסע און הויכע זאכן. דאן האט דאס פאסירט.
א בחור'ל, א רושם האט ער געמאכט גאנץ א פיינע. זיינע שיינע געדרייטע בלאנדע לאקאלעך האבן צוגעגעבן א באזונדערן חן צו זיין שמאלע רונדעכיגע פנים, מיט אירע ליכטיגע אויגעלעך וואס שרייען ארויס בליציגקייט, שארפקייט און טיפזיניגקייט. אט דער בחור, מיט דעם האט זיך אלעס אנגעהויבן.
צוגעקומען איז ער, מיט א תמימות, מיט אן איידלקייט און ערליכקייט. עס ליגט מיר נאך היינט אין זכרון די ערליכקייט מיט וואס דער בחור האט גערעדט. איך האב גארנישט פארדעכטיגט, פארוואס יא? אזוי בין איך נאהנט געווארן מיט אים.
פון דאן איז אלעס געגאנגען ווייטער און ווייטער ווען איינס שלעפט דאס אנדערע.
ניין, איך האב גארנישט געשפירט. ווען יא, וואלט איך גלייך אויפגעהערט. אבער דאס איז ווי אן אומזעהבארן שפין-געוועבאכץ, וואס מען כאפט דיך דערמיט אריין אומווילנדיג, און דערנאך קומט דער שטן און ער זויגט ארויס דער גאנצער פייכטקייט, ביז עס בלייבט דערפון אן אויסגעמאגערטן סקולעט.
יעצט שטיי איך דא אין דעם טינקעלן פארנאכטס, דער זוהן איז אויפן הימל ווי א רויטע טאבע וועלכער האלט זיך אין איין אראפריקן פון הימל, עס שפיגלט אפ אין דעם דערנעבנדיגע טייך, פון מאל צו מאהל גייט דורך א פארלוירנעם קאץ ארויסלאזנדיג א מאדנעם קוויטש פון איר מויל, אבער חוץ פון איר דרייט זיך קיינער דא.
יעצט ווייס איך שוין ווי אזוי עס האט פאסירט. אלעס איז געווען אויסגערעכנט בכוונה תחילה. פון אנהויב האט קיינער נישט געשפירט אז עפעס קומט פאר אין מיר. און ווען עס האבן זיך אנגעהויבן אנצוזעהן שווארצע סמנים, איז שוין נישט געווען צו וועמען צו רעדן. איך אליין האב נישט געקענט.
איך דערמאן זיך אין מיין עלטערן ברידער, 'דער ווילדער אינג' ווי מען פלעגט אים רופן. געלערנט האט ער נישט קיין אידיש ווארט. ער פלעגט ווילדעווען פון דעם פרי אויפגאנג ביז צום זון אונטערגאנג. איך געדענק נאך די פרעשער וואס ער פלעגט נעבעך ליידן פון מיר, ווען אלע האבן אים געזאגט: "קוק, דו זעהסט דיין אינגערן בדידער? א תכשיט פון א קינד, ער וועט נאך אויסוואקסן!" היינט איז ער א יושב אוהל, פון די חשוב'סטע אינגעלייט אין כולל, דערביי איז ער נאך א שטיקל שואל ומשיב, און ביינאכט א משגיח אין א ישיבה'לע.
עס ווערט מיר קלומענטע אויפן הארצן, ווען איך דערמאן מיך וואס עס איז געווארן פון מיר, דער גאלדענער בחור, וואס יעדער האט געלייגט אזוי פיל האפענונגען אויף אים.
דא ביי דעם וואסער האב איך מיך דערוואגט צו פרעגן מיין חבר אפענערהייט. הגם ער הערט דאס נישט, אבער איך האף אז עוף השמים יוליך את הקול. "פארוואס האסטו דאס געטוהן צו מיר? פארוואס האסטו מיר קאלייע געלייגט? האב איך דיר אמאל עפעס שלעכט געטוהן אין דיין לעבן? האסט דאך גע'הרג'ט א אידיש נפש פאר גארנישט און פאר נישט. פאר'סם'ט ברוחניות און אויך בגשמיות... דאס אלעס האסטו געטוהן נאר צו בארואיגן דיינע אויפברויזנדע געפילן אויף דיינע טוהעונגען. אבער פארוואס האסטו מיך אזוי בריטאל אוועקגעריסן פון מיין ליכטיגן לעבן וואס איך האב פארמאגט? וואס האט דיר געשטערט אז איך וועל ווייטער קענען דינען דעם רבונו-של-עולם אומגעשטערט? פארוואס? פארוואס?".
איך טרעף מיך יעצט, א אינגער אינגערמאן, פון א ביליגע סארט, וואס איז גרייט אוועקצוגעבן זיין גאנצע תורה מיטן באשעפער אינאיינעם פאר אביסל גשמיות'דיגע באקוועמליכקייטן. ארויסגעפאלן פון זיין משפחה, ארויסגעפאלן פון חברים, און ארויסגעפאלן פון זיך אליין. אנשטאט צו זיין דער אויסגערופענער חשוב'ע איד, איז געווארן וואס עס איז געווארן. איינער וועלכע ליגט אין נידעריגע גשמיות'דיגע שטותים, נישט האבנדיג קיין צייט אריינצוקלערן אין זיין מצב (פארשטטייט זיך, איך בין דאך 'פארנומען'!).
נעכטן דערציילט מיר א געשוויסטער-קינד, וואס אין די קינדערישע יארן האבן מיר געוואוינט אין באזונדערע מדינות. איין מאל איז ער אריבערגעקומען אויף א פסח צו זייער זיידע און באבע, דארט האבן מיר פארברענגט אינאיינעם ווי געשמאקע 'קאזינס'. נעכטן נאכט האט ער מיר פארטרויערט אז אהיימקומענדיג פסח בייטאג צו די סעודה, האט די זיידע גערעדט בשבחו פון דעם אייניקל. "איך" דערציילט דער אינגערמאן, "בין געזעצן און געפלאצט פאר קנאה, פארוואס קען איך נישט אזוי אויסזעהן? ער האט שטארק געגליסט צו זיין אזא חשוב קינד ווי דער אייניקל" דער אינגערמאן פירט אויס: "יארן זענען דורכגעלאפן און......." עכלה"ט.
דער אינגערמאן איז היינט צו טאג'ס א משיב אין א בארימטע ישיבה איבער די וועלט, שמו הטוב הולך לפניו. בעת אין דער זעלבער צייט, זיץ איך אויפן קאמפיוטער און שרייב שטותים און לאקשן אויף 'היימישע קרעטשמע'.
יא, איך ווייס אז עס איז נישט קיין גוטע זאך, אבער וואס זאל איך טוהן? איך קען מיך נישט אפגעוואוינען דערפון.
דא ביים וואסער דערמאן איך מיך, וויפיל מאל איך האב שוין תשובה געטוהן, וויפיל מאל איך האב שוין געמאכט א פעסטער החלטה, אז..... דאס איז דאס..... מער וועט עס נישט געשעהן. אבער עס איז נישט דורך קיין פאר טעג און איך טרעף מיך דער זעלבער 'יוסףצדיקיא' ווי פריער. דאן פאל איך אריין אין א מרה-שחורה וואס איך קען דערפון נישט ארויסקריכן.
טייערע ברידער! איך אפעליר צו אייך!!!
שוין לאנגע יארן וואס איך פראביר ארויסצוקריכן פון דעם בלאטע אין וואס מיין חבר האט מיך בריטאל פארווארפן, נישט מיט מיין וויסן, אבער עס איז מיר נישט געלונגען.
איך בעט אייך!
ווייסט איינער אן עצה, אן אויסוועג, אן אונטער טירל פון וואו ארויסצוקריכן, ווייזט מיר, זאגט מיר, מיר זענען דאך ברידער,
העלפט! ראטעוועט!! הצילו!!!
* * *
לכבוד הרב ר' קרעמער:
איך וואלט מיך געפריידט אויב דו קענסט מיר זאגן אן אנאליז אויף דעם ארטיקל. איך רעד נישט פון די ספעלינג מיטעגסט וואס איז דא לרחצה, ווייל פארוואס זאל איך מדייק זיין ווען איך באקום דערפאר נישט געצאלט. לאמיר ענדערש הערן איבער אנדערע אויסלייג כללים.
יישר כח
 |
|
|