תירוצים אויף די שאלה פון די וואך:
1. רש"י ברענגט דעם טעם ווייל א שד קען נישט געוועלטיגן אויף א באשעפעניש וואס איז קלענער ווי א גערשטל, דער טעם שטייט אין די גמרא (סנהדרין סז:) און אין מדרש (שמות רבה י ז).
לויט דעם טעם האבן די כישוף-מאכער פרובירט "איינצוזאמלען" די לייז און זיי אהערברענגן, און אפילו דאס האבן זיי נישט געקענט, ווייל זיי האבן נישט קיין ווארט איבער אזעלכע קליינטשיגע באשעפענישן.
2. דער רמב"ן און ספורנו שרייבן אז זיי האבן יא געוואלט "באשאפן" לייז, און דערפאר איז עס זיי נישט געלונגען ווייל זיי קענען נישט באשאפן א זאך וואס זאל זיך באמת רירן.
איי, וויאזוי האבן זיי געקענט מאכן "צפרדעים"? זאגט דער ספורנו אז ביי די צפרדעים שטייט טאקע "ויעלו את הצפרדעים", זיי האבן דאס געברענגט פון אנדערע פלעצער, אבער נישט באשאפן קיין נייע פרעש.
3. אין רמב"ן איז משמע אז עס איז דא נאך א טעם, ווייל ער שרייבט: ומה שלא יכלו החרטומים להוציא את הכנים, סיבה מאת ה' היתה להם, סכל עצתם ברצונו, שהכל שלו והכל בידו עכ"ל, איז משמע אז דאס איז געווען א "חק בלי טעם", פשוט, השי"ת האט זיי געשטערט כדי צו ווייזן ווער עס איז בעל הבית אויף דער וועלט.
4. דער דעת זקנים ברענגט א מדרש אז וויבאלד די גאנצע ערד איז פארוואנדעלט געווארן אין לייז, האבן די כישוף מאכער נישט געקענט גארנישט אויפטאן, ווייל כישוף העלפט נאר ווען דער מכשף שטייט אויף דער ערד, אזוי ווי עס שטייט אין ירושלמי (חגיגה פ"ב ה"ב) אז די בחורים פון שמעון בן שטח האבן נאר געקענט געוואונען איבער די מכשפות נאכדעם וואס זיי האבן זיי אויפגעהויבן פון דער ערד.
5. דער חזקוני שרייבט אן אינטערסאנטע טעם, ווייל די גאנצע ערד איז שוין פארוואנדעלט געווארן אין לייז, איז שוין נישט געבליבן קיין ערד פאר די פרישע לייז וואס די מכשפים האבן געוואלט מאכן.
6. נאך ברענגט דער חזקוני, אז די מכשפים האבן ניטאמאל פרובירט באשאפן נייע כנים, ווייל די גאנצע ערד איז דאך שוין געווען א שטיק לייז, דערפאר האבן זיי נאר פרובירט "אוועקצונעמען" די לייז, און דאס האבן זיי נישט געקענט.
7. דער חזקוני ברענגט נאך א פשט אויף "ולא יכלו", אז די מכשפים האבן זיך פשוט געשעמט צו באווייזן זייערע פנימ'ער איינער פארן צווייטן, זייענדיג פארנומען צו קראצן די לייז...
 |
|
|