| נשלח ב-24/1/2006 05:35 |
|
| |
עס מאכט מאך נערוועז
עס איז גאנץ א נארמאלע זאך אז געוויסע זאכן זענען דא וואס פאר איינעם וואס טוט דאס אדער זעט א צווייטן עס טוהן, קען הנאה האבן דערפון, און פאר א צווייטן וועט די זעלבע זאך אים ארויסברענגן פון די כלים.
איך וועל נישט מאריך זיין אין אזא שפעטע שעה, נאך דערצו ווען איך זע קיינעם נישט זיצן נעבן מיר, אבער איך וועל איין ביישפיל לייגן וואס מיר קרענקט עס געפערליך, און אפשר איז דא אנדערע וואס גלייכן דאס יא.
ווען איך זע איינער וואס האט א געלונגענע פעדער, און האט א געוויסע משוגעת צו ספעלן ווערטער אויסגעדרייט מאכט עס מיר געפערליכע בויך דרייענישן.
קען זיין אז איך בין אן אויסנאם דערין.
דא אויף דעם מקום איז דא אזא מאדנע פארדרייעניש וואס איז מיר שווער צו פארשטיין די גרויסע הנאה דערפון און וואס דאס מאכט אינטערעסאנטער די זאך, אבער פארט איז דאס זייער אין פלאץ אז ווי מער מען פארדרייט די ווערטער אלס מער ארויפגעקוקט איז מען.
אדער איז דאס א בלויזע איינרעדעניש פונעם שרייבער זעלבסט?
תוקן על ידי - דיפלאמאט - 24/01/2006 5:35:56
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 05:49 |
|
| |
מיין פריינט דיפלאמאט;
איך ווייס (נישט) פון וועמען דו רעדסט דא אזוי מיט האס... אבער אויב איך מאך נישט קיין טעות, דרייען זיך דאהי אויך די גרעסטע מדקדקים וואס לייגן אויס א ווארט בעסער ווי דאס ווארט אליין...
יאך ווייס נישט פונקטליך וואס דיר באדערט, איז דאס די לאשענקוידעש ווערטער וואס אונזער אלטער געוועזענער דייען ערעב זארעכפעפער פלעגט אראפשרייבן מיט זיינע אייגן פאבריצירטע קלאלעם אז עס איז געווען באיאניאי אמויס התיפים, מאמעש א נאכעס צו קוקען (לעדאוואוינייני איז ער שוין נישט צווישן אונז, אלאוו האשאלעם, זיחרוינוי ליווראכע).
אדער גאר קלער יאך אז דו רעדסט פון אונזער יעצטיגן דיין מורינו הרב סאכדעס, וועלכער קען גיכער רוסיש ווי אידיש, און גלייכט זייער אויסצולייגן די ווערטער וויאזוי זיי ווערן ארויסגעזאגט מפה קדשו, אלץ אזא פאלן אלץ אריין ביי אים אזעלכע יאך מאך לאך קראך ווערטער וואס קענען טאקע טרעטן אויף די נישט ריכטיגע ערטער אין די נישט ריכטיגע צייטן.
אלענפאלס שיינט מיר אז דאס איז אזא סארט דיינ'ישע געשפרעך, און לויפט בירושה צו די אלע וואס באקומען סמיכה אדער האטארעס חויראעה, און איר ברויכט נישט ווערן נערוועז צוליב די געציילטע שרייבער וואס זענען מדקדק נישט גוט אויסצולייגן דעם געשריבענעם ווארט.
כל הכבוד
ידידך
קרעמער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2006 17:51 |
|
| |
היי ערעב קרעמער
זינט דער נאטורליכער נאטורליך האט שוין נישט געשריבן לעצטענס געדענק איך נישט ווען יאך זאל אזוי לאכן, אזוי ווי יאך האב געלאכט ליינענדיג דיין אנאליז אויף מיינע דרשות.
נאדיר א נייע סמיילי

|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 04:26 |
|
| |
איצט ערעב דיפלאמאט על איך דיר שוין נישט נערוועז מאכן איך האב שוין געטוישט מיין נאמען אויך לויט וויאזוי מ'זאגט דאס
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 04:54 |
|
| |
גוט געזאגט מר. קרעמער, יישר כוח פארן שמייכל
פון ווי האבן ענק אבער אזוי גוט צוגעטראפן אז איך האב געמיינט דעם דיין התאחדות שליט"א?
און אוי ווי רואיג איך בין יעצט אז דו האסט זיך געטוישט דעם נאמען, און יעצט נעם זיך שרייבן אז מען זאל דארפן האלטן דעם קאפ גראד נאך א שווערע ארבעטס טאג, און מען זאל מיד ווערן אינמיטן ליינען...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 05:00 |
|
| |
קרעמער און נאכאמאל קרעמער אביסל סאכדעס אביסל דיפלאמאט א פיצי התאחדות.
און דעטס איט !!!!
קיינער איז נישט דא ??!! וואט דע ה עלל איז גאוינג אן הער ???????
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 05:11 |
|
| |
אז דער מלך, משנה למלך, דיין, און נישט פארגעסן פונעם דיפלאמאט זענען דא, וואס איז דא זיך צו זארגן?
אויך פארגעס נישט, יעצט איז רוב עולם ביי די שיעורים, און מען לערנט פלייסיג. (איך האב אנדערע זמנים )
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 19:04 |
|
| |
פארדעם שרייבסטו דא אזוי ווייניג?
|
|
|
|
|