בית פורומים היימישע קרעטשמע

חילוקי תיבות / חילוקים פון ווערטער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/1/2006 05:04 לינק ישיר 
חילוקי תיבות / חילוקים פון ווערטער

איינער פרעגט:

ווייסט אפשר איינער וואס איז פשט פין דעם דאפלטע לשון בעיתו ובזמנו?

נאטורליך ענטפערט:

בערך דאס זעלבע ווי "א גיט יום טוב"



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2006 05:08 לינק ישיר 

עס איז דא א גרויסע חילוק צווישן "עת" און "זמן". איך וועל אראפברענגן צוויי שטיקלעך פון דברי חיים אויף חנוכה וועט איר זעהן. ידוע דזמן אין לו התלות בדבר – דמה שעבר אין ומה שיבא איננו, ומקרה הזמן קשה לצייר כמבואר ברמב"ם ז"ל, והעיקר תלויה בתנועות הגלגל, אך גבוה מעל גבוה וגבוהים עליהם. והנה זה הוא בחינת הזמן בכלל, אבל 'עת' הוא מה שהוא עתה, ולכן נקרא 'עת', דזמן מה שהוא מקרי משך זמן ותלויה בתנועות כנ"ל, ועת הוא אותו הרגע שהוא (דברי חיים לחנוכה). ידוע ד'עת' מקרי כמו יום או שנה, כמ"ש כמה פעמים בעת ההוא, ובודאי שלא נעשה מעשה זו ברגע ממש, רק עת נקרא הצטרפות זמן מה או ימים ושנים יחד, בהצטרפם נקראו עת הזאת. אך 'זמן' הוא בגדר אין, ולא מקרי הוה כלל, כי הוא דבק לתנועה והעבר אין והעתיד אינו (דברי חיים לחנוכה).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/1/2006 06:14 לינק ישיר 

וואס טוט זיך מיט: תמיד בכל יום "ובכל עת ובכל שעה"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2006 19:03 לינק ישיר 

אדרבה איפכא מסתברא
(טאמער האט עס מיין רבי גיט געטאשט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2006 19:34 לינק ישיר 

קענא נאדיר אזאנא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2006 21:47 לינק ישיר 

קנאי;

איך מוטשע זיך צו פארשטיין פשט אין דיינע רייד.

התאחדות;

איך זעה אז דו האסט פארשטאנען וואס 'קנאי' שרייבט, אפשר ביסטו מיר אויך מסביר?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/1/2006 22:02 לינק ישיר 

ערעב קרעמער יאך על דיר דאס מסביר זיין.

ער האט געמיינט צו שרייבן הא גופא קשיא, נאר זיין רעבע אנשטאט זאגן הא גופא קשיא, פלעגט זאגן מיט אזא דריי מיט די פינגער איפכא מסתברא, קען זיין אז מיר האבן געלערנט ביים זעלבן רעבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2006 23:22 לינק ישיר 

התאחדות;

הא גופא קשיא / איפכא מסתברא / תיקו /



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/1/2006 00:37 לינק ישיר 

"תמיד" ימלוך עלינו "לעולם ועד"

פשט אין דו ווערטער איז:

תמיד: שטענדיג אן א אויפהער

לעולם ועד: ביז אייביג

BTW welcome back everybody!

לכשאפנה אגלוש, עוד חזון למועד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2006 00:50 לינק ישיר 

ערשטענס א גוטן צו אלעמען
ס'וואונדערט מיר זייער
הגם איך בין דא כמעט א נייער
איך קום דא אריין נאר אמאל אמאל
איך וויל נישט בלייבן א פאל
אבער וואס קרעמער טוט נישט פארשטיין
דער דיין האט דאך דאס מסביר געווען זייער שיין
אזא דבר פשוט נישט צו כאפן
מ'קען דאך דאס נישט דראפן
איך פארשטיי דאס זייער קלאר
ביי מיר איז דאס וואר
איפכא מסתברא פלעגן די מלמדים נוצן
אז מיט די ציין האט מען געטוהן קריצן
אנשטאט הא גופא קשיא די ווערטער 
פלעגט זיי דאס צו נוצן ביי געוויסע ערטער
סאו זייטס מיר און האטס מיר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2006 01:50 לינק ישיר 

התאחדות;
ביי מיין פאריגע תגובה פון "איפכא מסתברא/הא גופא קשיא/תיקו" איז עפעס נעלם געווארן א שורה צוויי פון מיינע רייד, עס איז נישט די ערשטע מאל וואס היידפארק כאפט אראפ א שורה'לע אדער מער פון מיינע ווערטער.

איך האב געשריבן אז איך פארשטיי נישט וואס 'קנאי' האט געשריבן "איפכא מסתברא", לאמיר זאגען אז ער האט געמיינט צו זאגען "הא גופא קשיא", אבער אויף וואס באציען זיך זיינע רייד? אויף מיינע רייד? אויף א צווייטן'ס ווערטער?

ביטע שעהן, זייט מסביר וואס 'קנאי' ברענגט ארויס מיט זיינע פאר ווערטער - וואס כנראה האסטו דאס גאר גוט פארשטאנען, צוגעבנדיג אים דעם גרינעם אגודל - יישר כח!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/1/2006 02:51 לינק ישיר 

און וואס איז מיט הנני "מוכן ומזומן"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2006 03:01 לינק ישיר 

נאטורליך; און וואס איז מיט פאר 'גארנישט' און פאר 'נישט'?.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 03:15 לינק ישיר 

פאר"גארנישט און פארנישט" איז בערך ווי "נישט אהער און נישט אהין"

וואס איז מיט א חזן א נער?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2006 03:27 לינק ישיר 

מען זאגט נאך פון איינע פון די בעלזא רבי'ס בדרך כלל ווינטש מען פאר א טאטע וואס האט אריינגעברענגט א נייעם געבוירענעם קינד אז די ברית זאל זיין בעיתו ובזמנו האט ער געזאגט אז די פשט איז
בעיתו=ווען די דאקטער הייסט מאכן די ברית
ובזמנו=ווען די מוהל הייסט מאכן די ברית
אדער פארקערט
בעיתו=ווען די מוהל הייסט מאכן די ברית
ובזמנו=ווען די דאקטער הייסט מאכן די ברית



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/1/2006 04:29 לינק ישיר 

ענליך צו דעם - הצלה 2006 - האב איך געהערט א טייטש פון א מוהל. האט ער געדרוקט דעם וי"ו פון בעתו ובזמנו, זאגנדיג: ווען עס איז "זיין" (דעם קינדס) ריכטיגע צייט, נישט ווען דער טאטע וויל. [אסאך מאל זענען טאטעס אזוי צעווילדעוועט אויפן אכטן טאג, און זיי נעמען נישט אין אכט אז די תורה האט מער רחמנות געהאט ווי אים, און געהייסן ווארטן צוליב דעם חשש אדער אן אנדערע].




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > חילוקי תיבות / חילוקים פון ווערטער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext