| נשלח ב-30/1/2006 01:43 |
|
| |
****עס די פאפקארן און גיי!!****
ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זיין אויף א בר מצוה, און איך האב זיך באגעגנט מיט דעם באקאנטן טראדיציע פון ווייסעך ווי אלט שוין, אז די חברים פונעם בר מצוה בחור קומען זינגען (לייען: קוויטשען) לכבוד דעם קליינעם בן שלשה עשר'ניק, וואס אלץ וואס ער ווייסט און וואס עס אינטערעסירט אים איצט איז זיין נייער תפילין בייטל מיט די קרוינדלעך, דימאנטן, און טויערן.
פארוואס פאר א גוט יאר די קליינע צוועלף-דרייצן יעריגע שטינקערלעך באדארפן קומען מהנה זיין די אנוועזנדע מיט אףף-טאניגע ניגונים און זיי פארלעכערן די אויערן ווייס איך נישט, דאס איז גראדע איינע פון מיינע פילצאליגע קשיות אויף טראדיציאנאלע מנהגים וואס איך פארמאג, אבער איך ווייס אז מיינע געשרייען וועלן נישט מבטל זיין די דאזיגע מנהגים וועלכע זענען שוין איינגעבויערט אזוי אין היימישן לעבנסשטייגער ווי דאס ווארצל העכערן זיידנס אויגן. אבער פארט האבן די אויער-לעכערדיגע זינגערייען און קוויטשערייען מיך באוואויגן צו הייבן דאס פענע און ארפשרייבן מיינע מעמוארן פון די דאזיגע בר מצוה, און אירע באטייליגטע שתי שערות'דיגע זיבעלעך.
איך בין אנגעקומען גאנץ פרי אויף דער בר מצוה, און איך בין זיך פארגאנגען אין א שטיקל שמועס מיט מיין קליינעם שעמעוודיגן שוואגער וואס כמעט וואס ער רעדט צו מיר, קוים וואס ער רעדט בכלל. ווען ער וויל בעטן אן עפל ביי די שוויגער אין שטוב רופט ער ארויס דערפאר ס'ווייב ביז א זייטיגן שטובל. אבער איצט אז מיר האבן זיך געטראפן פנים אל פנים אין א ליידיגן זאל מיט טישן וואס די ערלים האבן שוין אנגעגרייט נאך פון פארמיטאג מיט שוין-איצט פארשטויבטע קענטעלאופס און טשעריס מיט א טוט-פיק דערויף, האבן מיר נישט געהאט קיין ברירה און מיר האבן זיך געמוזט זעצן איינס קעגן ס'אנדערע און איבערגיין די וויכטיגע זאכן העומדים על הפרק ווי דער וועטער, נאכאמאל דער וועטער, און נאכאמאל דער וועטער.
מיר האבן ביידע מסכים געווען אז עס איז שטארק קאלט דערויסן. ווי אויך האבן מיר ביידע מסכים געווען אז נעכטן איז אויך געווען קאלט אבער פארט ווארימער ווי היינט. מיר האבן אויך ביידע אנערקענט אז טראץ וואס די פארגאנגענע וואך האבן שוין די וועטער עקספערטן פארגעזאגט א פראסט, דאך האבן מיר נישט געהאלטן אז עס וועט זיין 'אזוי' קאלט, און אויך האבן מיר ביידע בענעזאם געהאפט אז קומענדיגע וואך וועט שוין נישט זיין אזוי קאלט. דערנאך זענען מיר ביידע געזעצן און געגלאצט אויפן טיש דערביי שפילנדיג זיך מיטן גאפל און פארמענדיג פארשידנס מיט די קליינע אפוויש טישטיכלעך.
מיר האבן שוין אט געהאלטן ביים ווידערהאולן אז די קעלט אינדערויסן איז געפערליך, אבער מיטאמאל האבן זיך די טירן צעעפנט און ווי די פרעש אין מצרים האבן זי א יאווע אריין געגעבן א צוויי צענדליג זיבעלעך טייל מיט הוטן, טייל נאך מיט די ברוינע קאפלען, אבער אלע מיט מאראסטיגע שיכן. אלע לויפן זיי אריין מיט א ווילד-לאכיגע שטימונג וואס ווייזט אויף א נארוואס אפגעהאלטענע פייט אויפן באס איבער די ערשטע זיץ. און נאך איידער די זיצערס זענען געהעריג פלאצירט אויף די בענקלען איז שוין נישט פארבליבן קיין זכר פון די טעפלען פאפקארן, פאטעיטא שטיפס, און פרעצל. פארבליבן איז נאר ליידיגע נעבאכדיגע באטלען פון אויסגעניצטע קאלער סאדע, אויליגע שיסלען פון טשיפס, א טוץ צעקראכטע פלעסטיק קאפס, און רעשטלעך צוטראטענע עסנווארג ביי די זייטן פון טיש און אונטער די בענקלעך.
דער טיש זעלבסט קוקט אויס פארארימט און צעווארפן ווי לואיזיזאנא נאכן חורבן קאטרינא. עס זעען זיך בלויז אן צוויי פארשעמטע באטלען סעלצער וועלכע שטארצן ארויס ווי די טווין טאוערס איבער מאנהעטן בעפאר די פאנאטע אראבישע טיכלעך האבן איר געמאכט פאר א קרבן זייער צודרייטע רעליגיע.
איך גיב אזוי א קוק אויף די קליינע בחור'לעך וואס די אויבער חא'חכמ'ישקייט רינט זיי פון די זייטן, און איך דערמאן זיך פון יענע צייטן. ס'איז אינטערעסאנט נאר צו זען ווי גארנישט טוישט זיך כמעט, אבי מען זאגט אז די דורות בייטן זיך.
אלע קוקן זיי אויס ווי מען האט אויסגעזען ביי אונזערע צייטן. די באלי'דיגע פארקנייטשטע הוטן ביז איבער די נעזער, די פיאות צעשויבערט באדעקנדיג די רויטע באקן און אויערן, אויך באצירנדיג די קליינע פנימ'ער איז א שיפע אפגעריבענע 'גלעזער' מערסטנסטייל מיט א צעבראכענע הענטל צוגעקלעבט מיט 'סקאטש טעיפ', און א געל-צייניגער שמייכל וואס שטאמט פון זיבלעריי אויפן העכסטן פארנעם.
הכל בכל מכל זעט זיך אן ארום דרייצן יעריגער בר מצוה בחור וועמען ס'קול קוויטשט אים נאך, דאס שכל איז אים נאך אונטער די דרייצן. אבער האלטן האלט ער זיך גרעסער פון עוג מלך הבשן, און קלוגער פון שלמה המלך. אזוי ארום פארמענדיג א זיבעלע פון די ערשטע קלאס וואס נערווירט אלעמען. די פעטערס און שוואגערס ווען ער זעצט צו זיך ביי די שמחות אויף זייער טיש קוקנדיג מיט זיין קליין קעפל און שיפן היט אויף ארויף רעדנדיג ווען מען ברויך צו שווייגן און לאכנדיג הויך ווען מען ברויך צו שמייכלען שטיל. אזוי אויך אין שול, דערגייט ער די נערוון יעדן מתפלל חוץ דעם גליקליכן פאטער. סיי ווען ער כאפט דאס ברעטל צו מנחה בעפאר א חיוב, און סיי ווען ער לויפט און שטיפט זיך אדורך יעדן שטויסנדיג דערביי די פיסן ווען ער וויל אנקומען צום קאווע שטיבל שנעלער. אין די מקוה לאזט ער אויך נישט במנוחה, אינעם שויער קראצט ער זיך ווי א גדול, אויפפירן פירט ער זיך ווי א קטן, אבער דער עיקר איז אז ער פארמאגט א ריזן פעקל מיט זייף, שעמפאו, און למען השם 'דעאודערנט' ווי א גאנצער מפונק, אמער, ער איז דאך א 'בחור'.
עניוועי, צוריק צום בר מצוה, האבן די חברה שוין איינגעהאנדלט עפעס א מיקראפאן און הויכהילכער, וועלכער איז נאר פארהאנען אין זאל צוליב דעם וואס עס ווערט באניצט אלס אן 'עס זאל' במשכ'ן טאג. אבער די קליינע ווילן נישט וויסן פון גארנישט, מ'מוז דאך הערן זייער נגינה הויך, צו וואס זאל דער פעטער ביים אנדערן עק זאל פארבלייבן מיט די אויערן, ער מוז דאך הערן די הארציגע נגינה, ווער רעדט נאך פונעם 'סאלאו'.
מען הייבט אן מיט 'סימן טוב', אריין קיין 'ואמר' ביז 'וידעו' און אזוי ווייטער, און דערנאך נאך א לאנגע דעבאטע פון די אנפירערס אויב עס וועט געלונגען, גייט מען אריבער צו א הארציגן 'רחם', אפזינגענדיג עס שנעלער ווי דער צודרייטער 'מתתיהו' זינגט זיין 'קינג וויטאוט היס קראון', בעת איינער מאכט נאך "פינקי" דער צווייטער "שמעלצער'ן" דער דריטער "קארליבאכ'ן" דער פערטער "בן דוד", און די באטייליגטע ביי די שמחה פרובירן אנצוהאלטן זייער שמועס אריבער די פארטייבנדע קולות און צעפיפענע אויערן.
זייער פיין און וואויל אז זיי קומען זיך באטייליגן ביי די שמחה פונעם חבר אויף וועם זיי האבן נאך יענם אינדערפרי אויסגעגאסן וועיטשטעיבל סעלעד ביי פרישטאג 'פאר א דזשאוק', אבער צו וואס דאס קוויטש-זינגעריי??. חברים פונעם חתן קומען אויך צו די חתונה און זיי זינגען נישט, איך גיי טעגליך צו וואכנאכטס און איך זינג נישט, אפשר ביי קידושים און זכרים זאלן אויך די חברים באדארפן זינגען?!!!
ווילסט קומען קום, אבער זינג נישט און קוויטש נישט 'עס די פאפקארן און גיי!!!!!!'
== פאראכטן די אויסלייג, געמאכט לענגערע שורות. חס ושלום נישט צוגערירט קיין ווארט פונעם חשוב'ן ראש הקהל...
תוקן על ידי - kraitchmer - 30/01/2006 3:28:31
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 15:39 |
|
| |
יענטאאש זייער פיין אראפ געלייגט די גאנצע ענין (אויב א גרינע מענטשעלע וועט עפעס אויסמאכן דאן נעם עס  ). פאר איך פארגעס וואס איז טאקע דער ראש הקהל'ס עצה איבער די געפערליכע עוולה?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 16:43 |
|
| |
זייענדיג אויף א בר מצוה לעצטענס, האב איך געזעהן א נייער איינפיהר. דהיינו, די חברי הבר-מצוה הייבען אינטער דעם בחור ווי א חתן ביים אריינקום פון יחוד שטיבעל. מען שפרינגט מיט אים פון מזרח און מעריב ביז'ן טשענדעליער אז די עסען קומט אים שיעור ארויף. ווען דער זיידע האט געבעטען מען זאל אויפהערען האבען זיי אים איגנארירט, און ווייטער משמח געווען דעם בחור עד כלות. כמעט וואס ער איז אריבער געפלויגען די מחיצה. איינער פון די מכובדים ביים אויבען אן איז צוגעגאנען טאנצען דער קעדאטשקע און אלע ארומיגע האבען זיך געשטיפט צו זעהן. בין איך זעלטען אויף בר מצוה'ס? כ'האב מורא ווען איך וועל בר מצוה מאכען וועט מען אפילו טאנצען מצוה טאנץ. די שאלה איז מי ומי.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 17:25 |
|
| |
יענטאאאאאאאאאאאש;
געוואלדיג, ריזיג, אריגינעל, אויטענטיש. קיינער קען נישט זאגן אז נישט "דו" - אונזער געערטער ראש הקהל - האסט געשריבן אט דעם ארטיקל, וועלכער איז - אגב, אנדערש ווי אנדערע - געשריבן מיט הארץ און געפיל, עס לאזט ארויס אביסל פארע פון אן אנגעווייטאגט הארץ. עס שיינט מיר ווי די טעמע ליגט שוין א לענגערע צייט אנגעגרייט אויף דיין שרייב טישל, נאר יעצט צוליב א רואיגע מינוט האסטו זיך ערלויבט צו נעמען דעם פעדער אין האנט אריין און אונז מחיה זיין מיט אט דעם געלונגענעם "טיפיקל" יענטאאש ארטיקל.
איך וועל זיך נאר ערלויבן צו פרעגן א קלייניגקייט, בדרך טשעפע, וואס איך האף אז אלס נאנטער ידיד וועסטו נישט ווערן באליידיגט דערפון...
פארוואס האסטו זיך אזויפיל צו'זיבל'ט אין דעם זיבלדיגן ארטיקל? די זיבל'דיגקייט זיבל'ט דאך עד לב ה'זיבל'ע!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 19:56 |
|
| |
יענטאאש ס'איז A-1
נאר איין זאך, פארוואס דעציילסטו גארנישט פינעם בר מצוה בחור'ס "פשעטיל" ?
האט ער געזאגט די גאנצע ?
נאר א חלק ?
האט מען אריינגעזינגען אינדערמיט ?
האט ער אנגעפאנגען נאכאמאל נאכן אריינזינגען ?
דערצייל אלעס, מיר ווילן הערן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 20:21 |
|
| |
יענטאאש A1 עס איז אזוי לאכאדיג
שוין לאנג וואס עס באדערט מיר זייער שטארק די קוויטשערייען ממש איך האב מיך איינמאל שוין געוואלט נעמען שרייען אויף די זיבעלעך,
עני וועי ישר כח נאכאמאל עס איז מוירעדיג אין זיבעלדיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 22:23 |
|
| |
יענטאאש
איך האב עס שוין געליינט צוואנציג שעה צוריק,נא איך האב נישט געקענט שרייבן, און איך געדענק שוין נישט וואס איך האב דעמאלס געוואלט שרייבן,יעצט האב איך נישט קיין געדולד עס איבער צו ליינען נעם דעס אויף ביזדערווייל, אפשר מיט די צייט וועל איך זיך דערמאנען וואס איך האב געוואלט שרייבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 03:23 |
|
| |
3X0;
שכח פאר די גרינע מענטשעלע, אויך בעסער ווי גארנישט.
וואסארא עצה איך האב?! שיינע מעשה, איך שריי מיך דא אויס די גאל,
און די פרעגסט אזוי רואיגערהייט אן עצה..... ווען כ'האב ווען אן עצה שריי
איך דאך נישט דא סתם אזוי ווי א 'זיבעלע'!....
נאטורליך;
דער מנהג מיטן 'זיבל' טאנץ האב איך נאך קיינמאל נישט בייגעוואוינט,
פון דעם בין איך אינגאנצן באוואונדערט.
גראדע דער קעדאטשקע טאנץ פון דעם אויבן-אן-ער רב איז מיר נישט אזא
חידוש, ווילאנג ס'איז דא קלאטשערס, קוקערס, שוויצערס, און זיצערס
וועט ער טאנצן און זינגען, הוליען און שפרינגען.....
קרעמער;
קודם כל, וועל איך ארויסלאזן 'אביסל פארע פון אן אנגעווייטאגט הארץ',
וואס הייסט דאס אז נאר 'דאסמאל' האב איך געשריבן מיט 'הארץ און געפיל'??...
בנוגע דיין זיבל פראגע;
אז מען 'זיבל'ט פון 'זיבל'עך, איז דאך נישט מער ווי 'זיבל'דיג צו ארומ'זיבל'ען
ווי א 'זיבל'ע...... אוי....איך ווייס שוין אליין נישט וואס איך רעד, כ'רעד שוין ווי
א 'זיבל'ע..........
צייטליך;
נישט אלעמאל האב איך אזויפיל 'צייט', צו קענען גענוג 'צייטליך' אריילייגן
אין אן ארטיקל אלעס וואס מען קען אלץ, כ'ברויך דאך זיין 'צייטליך' אין אנדערע זאכן אויך.
פארברענגען;
כ'האב הנאה אז דו האסט גוט 'פארברענגט' מיט מיין ארטיקל.
נאט-טו-ביזי;
כ'וועל דיך שוין ענטפערן אין צוואנציג שעה ארום.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 19:03 |
|
| |
יענטאאש עס איז געוואלדיג (זיי מיר מוחל אז איך לייג נישט קיין מענטשעלעך ווייל דער דארפישער טעינה מאכט מיר אויך א חורבן און איך מוז מיך באנוצען מיטן שארט-סטאפ)
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 00:11 |
|
| |
יענטאש; A1 
ס'האט מיר געקאסט א לאך ווען כ'האב מיך דערמאנט פון די "באלי" הוטן מיט די גלאנצענדיגע אראפ-געביגעלטע ברים'ס
Yentosh; keep up the good work, you are making my day
לכשאפנה אגלוש, עוד חזון למועד!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 20:58 |
|
| |
יענטאאש. זאג שקויעך פאר די קוויטשעדיגע קינדער אז זיי האבן דיר אויסגעלייזט פון דיין
לאנגווילייגקייט מיט'ן שוואגער דיינעם. כ'האב מיטלייד מיט דיר אבער כ'פארשטיי דיר זייער גוט
(בנוגע דיין שוואגער). ווען איך קום זיך צוזאם מיט מיינע שוואגער'ס איז ולא קרב זה אל זה,
אלעס זיצט שטיל ארום דעם טיש און מורמלט זיך אונטער עפעס. קיינער האט מיט קיינעם גארנישט אין
"קאמען". כ'פריי זיך ממש ווען די קליינע קוויטשעדיגע 13 יעריגע קומען אריין. כאטש דאן ווערט א
שטיקל שמועס. דער פרומער שוואגער וועט געווענליך מעורר זיין אויף די "היינטיגע" ניגונים: "דאס
הייסט געזינגען מיט א חסיד'ישן טעם?" וועט ער פרעגן. דער אנדערער, מער מעסיגער, שוואגער וועט
פארענטפערן די קינדער: "ס'איז אלץ אזוי געווען, מיר זענען נישט געווען אנדערש". און אזוי
ווערט פארוואנדלט א שטיקל שמועס. אויף פינף מינוט...
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 03:18 |
|
| |
יענטאש
זייער שיין A-1 
נאר אזוי ווי איך ליין שוין דא א פאר יאהר וויל איך דיר זאגען אז האסט פארגעסן צו ניצן ניק נאטורליך
זיי געזונט!
( נעקסט טיים גיב אכטונג)
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2006 04:57 |
|
| |
ירח בן יומו;
איך ווייס נישט וויפיל יאהר דו ליינסט שוין דא, אבער דער פורום שטייט נאכנישט קיין יאהר! און נאטורליך שרייבט דא קוים א האלב יאר, אזוי אויך יענטאאש. און די צוויי אידן זענען לא קרב זה אל זה ואמר.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2006 23:06 |
|
| |
הוי.... די 'היינט'יגע קינדערלעך........
ווידער מיט א בלבול אז איך בין דער און יענער איז ער...
גראדע פון מיין זייט גייט מיך נישט אן צו זיין 'נאטורליך', ס'איז
מיר אפילו גאר א כבוד אויכעט..... מ'דארף נאר אים פרעגן,
אפשר ער האט זיך באליידיגט....
וואס וואונדערט מיך יא מר. היינט, איז מה היום מיומים? דו זאגסט
דאך אז דו ליינסט שוין דא 'אפאר יאר' (כאטשיג היימישע קרעטשמע
שטייט ניטאמאל אזוי לאנג), טא וואס איז דיר דאסמאל איינגעפאלן
אט דער מעכטיגער 'עף. בי. איי-סי.איי.עי.'אישער אויסטרעף אז איך
מיט נאטורליכ'ן זענען זה וזה שווין???
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2006 23:18 |
|
| |
העי מיסטער יענטאאש.
אוי איז דאס געוואלדיג, די זיבעלעך העטן ווען געברויכט דאס צו באקומען פאר א לעסאן ווי אזוי זיך אויפצופירן ביי א ברמצוה, וואס דו דערמאנסט שוין, קומען זיי זיך פשוט מיטפרייען מיט'ן חבר וואס האט אקאורשט באקומען די טעלער וועדזשיטעבלס וכדו'.
אבער מאכט נישט אויס, יאך בין אויך לעצטענס ביי א ברמצוה געטוהן ערשיינען, און פארשטייט זיך אז אלע שאקלאדן האבן די זיבעלעך געטוהן מעביר זיין, כאשר יעביר איש את בנו, זיבעלעך מיסרך.
|
|
|
|
|