| נשלח ב-1/2/2006 15:51 |
|
| |
ווען דארף מען אנפאנגן פסח'דיג צו מאכן די הויז???
מיין טייערע שוויגער פאנגט אן פסח'דיג צו מאכן אי זיבן רומיגע דירה תיכף נאך די זאת חנוכה פארטי.
מיין ווייב'ס טייערע שוויגער פארמאגט א ניין רומיגע דירה, און זי פאנגט אן ראש חודש שבט.
מיינע צוקונפטיגע איידעמערס (מיטן אייבירשטען'ס הילף) שוויגער פאנגט אן נאך די חמשה עשר בשבט סעודה.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 16:58 |
|
| |
פארוואס ברענגסטו אויף דעם שמועס? דו ווייסט נישט אז דאס עסט מיר אויף? ווען מען רעדט נאר פון "פסח מאכן" וועט מיין מאגען איינגעשרינקן, וויאזוי ווילסטו אז איך זאל אויפעסן דעם היינטיגן פרישטאג?
ביי אונז הייבט מען נישט אן פסח מאכן איידער מוצאי שושן פורים. נאך איין מזל אז פורים איז דא א מצוה פון משלוח מנות, אזוי איז דא וואס צו עסן ביז דריי טאג פאר פסח. די לעצטע דריי טאג זיץ איך אויף אינטערווינעס.
מיין אונטערשטע שכן ענדיגט אלץ אזוי פרי פסח'דיג מאכן, אז שוין א וואך פאר פסח קומט ער אהיים מיט די ערב פסח מצות.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 18:08 |
|
| |
מנהלים;
ביטע נעמט אראפ די אשכול עסמאכט מיר הויכע בלוט-דרוק
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 18:10 |
|
| |
דער פראבלעם איז ווייט נישט דאס אנהייבען, אלע אידענעס הייבען אן אייניג. דער געווינער איז ווער עס פארטיגט פריער. זענט איר אריין אין א גראסערי תיכף נאך פורים צו געהערט א שמועס פון מאמעס ביים באס. ? אלע זאגען "איך בין שוין אלעס פארטיג" מען קען שוין מארגען כשר'ן"
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 18:45 |
|
| |
שנאפס (איך האב געוואלט לייגן א גרינע מענטשעלע, אבער היידפארק געבט מיר נישט דעם אויסוואל, נאדיר דאס אנשטאט )
עמו אנכי בצרה..
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 19:45 |
|
| |
שנאפס און קרעמער
דא האט איר דעס (ביי מיר ליגט עס ביי 'לרשימה המלאה').
יעצט צו די חשובע שרייבער און ליינער
אנטשולדיגט מיר אלע פאר די עגמות נפש וואס איך איין פארשאפט.
יעצט צו די מנהלים
איר קענט אויסמעקן דעם אשכול. איך וויל נישט אז די וואס האבן עס נאכנישט געזעהן זאלן אויך האבן עגמות נפש.
תוקן על ידי - 3x0 - 01/02/2006 19:47:03
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 19:57 |
|
| |
אזוי ווי ביי אונז איז מען נישט אזוי פארנומען, האבן מיר צייט נאך פורים אנצופאנגן מיט די ארבעט.
איך האלט נישט אז מען דארף אראפ נעמן די אשכול, ווייל איך זעה נישט וואס עס איז אזוי שלעכט דערמיט. אבער אז דער עולם וויל, אפשר קען מען מאכן votes צו מען זאל עס יא אראפ נעמן אדער נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 21:52 |
|
| |
3X0;
מיין "רשימה המליאה" עפענט זיך בכלל נישט!
נאט-טו;
נעם עס נישט אזוי ערנסט... דער עולם איז נישט אזוי האקעל און סענסיטיוו ווי דו מיינסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 22:18 |
|
| |
צו לייזן דעם פראבלעם וואלט מען געדארפט שיקן די ווייבער אין קאנטרי פון פורים ביז ערב פסח

|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 22:54 |
|
| |
איך בין נישט מסכים !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2006 02:31 |
|
| |
סעמאן;
קוק וואס דו האסט געטאן צו אונזער פריינט 'נאטורליך' ווען דו האסט נאר דערמאנט די ווארט קאנטרי...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2006 04:15 |
|
| |
די בעסטע לעזונג איז אז די הויז זאל זיין א מקום שאין מכניסים שם חמץ.
אזוי וי די וואס טרינקען נישט קאפי א גאנץ יאר אזוי אז די קאפ זאל זיי נישט וויי טאן תשעה באב און יום כיפור; און די וואס וואשן זיך אפ די הענט ביז די קשרי האצבעות א גאנץ יאר כדי נישט נכשל צו ווערן אויף די אויבענדערמאנטע טעג.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2006 04:59 |
|
| |
דיינו ווי זענט איר? איר וועט נאך ברוגז זיין באתרא דמר
ברשתך די משנה זאגט אור לארבעה עשר בודקים. וועגן פסח'דיג מאכן ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט עס איז א רשות אין נישט א חוב אין א וודאי נישט יהרג ואל יעבר מענטשען זענען זיך טועה מיט spring clining אזוי וואו חנוכה מתנות מיט קראצמיך מתנות איך האף אז דעס וועט מען יא פארשטיין
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2006 05:36 |
|
| |
קנאי; גוט געזאגט (במקום גרינע מענטשעלע).
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2006 07:57 |
|
| |
קרעמער;
ביטע פרוביר שטארק צו פארשאפן אזא גרינע מענטשעלע. איך פייגער צו האבן אזוינס (איך בעט אפילו
שיין...) דאכט זיך מיר אז איך קען זאגן אויף זיכער אז איך האב נאך קיינמאל נישט באקומען
אזוינס (עכ"פ נישט מיט דעם ניק...)
נ.ב. איך וואלט שוין גענומען אליינס, נאר פייערפוקס לאזט נישט .
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2006 12:47 |
|
| |
שנאפס;
וואס טוט מען נישט פאר אן אור-אייניקל 
לאמיר פרובירן, איין מינוט, איך דרוק "לרשימה המלאה", עס מאכט זיך אויף א נייע פענסטערל אין די זייט, עס איז בלענק (אין ספאניש זאגט מען 'בלאנקא' אויף די קאליר ווייס, לכאורה איז דאס די זעלבע שורש..), איך שרייב און שרייב, און האף אז אין לויף פון די פאר מינוט וועלן זיך די מענטשעלעך אריינריקן אין דעם רשימה המלאה, אבער... עס קוקט נישט אויס ווי דאס איז זייער פלאן. אויפן בלעטל שטייט DONE, ער איז שוין פארטיג.. אבער די מענטשעלעך באווייזן זיך נישט.
אלזא - שנאפס טייערער - וועסטו מוזען זיין צופרידן מיט דעם, ס'איז אויך גרין 
|
|
|
|
|