| נשלח ב-2/2/2006 23:28 |
|
| |
מחאה נמרצה פונעם ראש הקהל
איך לייג דא ארויף א טעלעגראם וואס איך האב נארוואס ערהאלטן פונעם חשוב'ן ראש הקהל, מיט זיין רשות
מיט קורצע ווערטער אבער לאנגע אינהאלט, מיט ווייניג שרות אבער אסאך רעגעניש, מיט א שטילע געטייפעכץ אויפן קאמפיוטער אבער הילכיג שרייענדע מחאה, קום איך דא מוחה זיין נמרצה אויף די הימל-און-ערד שרייענדע עווה וואס ווערט אפגעטון קעגן מיר בו בעת וואס איך שרייב די דאזיגע שירות.
צו מאכן לאנגע זאכן קורץ, (און ווי אויך נישט צו ווערן געפייערט פון מיין דזשאב צוליב'ן פעניעווען אויפן קאמפיוטער), עס דרייט זיך ארום איינע פון מיינע ארטיקלען וואס איך האב געשריבן עקסקלוסיוו פאר די קרעטשמע אויפן בליץ-טעלעגראם (אי-מייל בלע"ז).
<>>
חוצפה גוררת חוצפה, גיבט מען נישט אפ קיין שום קרעדיט נישט פאר מיר און נישט פאר די קרעטשמע, ועל דא אני מוחה נמרצה!!!!
איך ערקלער דא איינמאל פאר אלעמאל: עס איז נישט ערלויבט צו גנב'ען אדער ארומשיקן קיין שום פון מיינע סחורה אן מקיים זיין דעם האומר דבר בשם אומרו!!
עס איז צום האפן אז איר וועט זיך פאר מיר אננעמען, און די פרעכע חוצפה וועט אפגעשטעלט ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 01:11 |
|
| |
הויכגעשעצטער ראשהכאהעל א גוטן טאג!
מיט טרערן אין די אויגן, האבע יאך אקארשט גענדיגט ליינען די דברי התעוררות, און די דברי כיבושין, אבער די טרערן איז טרערן פון פרייד, פון קיין שום פארום איז נאך ניט ארומגעלאפן מאמרים וואו פון אונזער הייליגען דארף, סאו קודם לחיים אז איצטערט ביסטע אויף די ליסטע, עני וועי אז שוין יא אזוי, לאז אונז וויסן וואסארא מאמר איז ארומגעלאפן? איז דאס איבער די זיבעלעך, אדער איז דאס אן אלטער אויסגעדראשענע מאנסע וואס עימיציר האט ארויסגענומען פון די אשכול וואס דאכצאך געשמאקער האט צוזאמענגענומען די אלע דרשות פון דעם הויכבאשפריצטן ראש הקהל?
אז איך רעדט פון דעם קומט מיר שוין ווידער טרערן אין די אויגן, דערמאנענדיג זיך וויאזוי איך האב זיך געריסן פאר געלעכטער בשעת'ן ליינען די דברים כנים ואמיתיים היוצאים מן הלב ונכנסים אל הלב.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 01:41 |
|
| |
סאכדעס;
די ארטיקל וואס איז ארומגעלאפן אויף אימעיל איז געווען טיטולירט "בר מצוה", און האט ענטהאלטן אין זיך די זיבל'דיגע געזיבלעכץ פון יענטאאש איבער די בר מצוה אין וואס ער האט זיך לעצטנס באטייליגט.
די אומגעהויערע חוצפה און העזה איז אנגעקומען צו אונזערע אויערן דורך א חבר וואס האט דאס באקומען אויף די אי-פאסט און האט גלייך פארשטאנען אז אזא סארט ארטיקל קומט גלייך פון קרעטשמע ארויס, און האט אונז גלייך פארשטענדיגט, און מיר האבן אונטערגענומען די נויטיגע שריט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 06:26 |
|
| |
קען מען ביטע לייגן א לינק צום געוואלדיגן שטיקל?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 15:58 |
|
| |
דיפלאמאט;
דער 'בר מצוה' ארטיקל פיגורירט פראמינענט אויפן אויבנאן אין די קרעטשמע, מיט א רויטע סימבאל דערנעבן, עס איז טיטולירט "עס די פאפקארן און גיי".
|
|
|
|
|