| נשלח ב-15/2/2006 00:11 |
|
| |
שונה הלכות
נאך א מיטינג מיט די הנהלה טוען מיר עפענען דעם דאזיגען אשכול, אז דער דיין זאל דא פארלערנען זיינע שיעורים ביטע נישט אריינהאקן מיט שאלות וכדו', נאר ביטע דאס פרעגן אין דעם אשכול וואס איז מיועד פאר דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 00:13 |
|
| |
אריינגעקאפיעט די שיעורים לויט דעם סדר פון די טעג יום ב' יתרו ס"ו היות מיר זענען דאך אידן מאמינים בני מאמינים, אלע ווילן דאך זוכה זיין צו עוה"ב, האב איך געקלערט אלע טאג פארצולערנען מיין שיעור וואס יאך לערן געווענדליך פאר אין שוהל, דא אין קרעטשמע, היות דער עולם איז דאך לעצטענס פארנומען מיט דאווענען ערגעץ אנדערשוואו, אלזא האב איך זיך באשלאסן פארצולערנען אלע טאג צוויי הלכות מחבר ורמ"א און אויסשמועסן אביסל אחרונים דא דארט אז דער עולם זאל וויסן המעשה אשר יעשון כדת וכדין.
מ'האלטן מיר אורח חיים סימן קלג דין ברכו בשבת ובו סעיף אחד, זאגט דער מחבר סעיף אלף בשבת ויום טוב אין אומרים ברכו אחר קדיש בתרא, שבת און יום טוב זאגט מען נישט קיין ברכו נאך די לעצטע קדיש פאר עלינו, הגה איז דער רמ"א מסביר, אפילו במקום שנהגו לאמרו בימות החול, אפילו אין די פלעצער וואס מ'פירט זיך אינדערוואכן, צו זאגן ברכו נאך קדיש, שמא לא היו יחידים בביהכ"נ כשאמרו ברכו, טאמער זענען געווען איינצעלנע וואס זענען נישט אנגעקומען אין בית המדרש ווען דער בעל תפילה האט געזאגט ברכו פאר יוצר אור, מכל מקום, אויף יעדן פאל, בשבת ויו"ט אין לאמרו, זאל מען אום שבת אדער יום טוב דאס נישט זאגן, פארוואס? דהכל באין לבית הכנסת קודם ברכו, וויבאלד אלע מענטשן קומען אן נאך פאר מ'זאגט ברכו, רעדן שוין אויס די אחרונים, אז דער רמא מיינט צו זאגן אז אפילו געוויסע זענען אנגעקומען נאך ברכו פון יוצר אור, אבער צו ברכו וואס די וואס זענען עולה לתורה קומט מען דאך זיכער אן, ממילא זאל מען שבת ויום טוב נישט זאגן קיין ברכו נאך דעם לעצטן קדיש.
לאמיר גיין ווייטער סימן קלד סדר והוא רחום והגבהת התורה ובו ב' סעיפים הגה דער רמא הויבט אן מיט א הקדמה צו די רייד פון דעם מחבר מיט די ווערטער נוהגין להרבות בתחנונים בשני ובחמישי ואומרים -פון דא און ווייטער איז די רייד פון דעם מחבר- והוא רחום, מ'פירט זיך אום מאנטאג און דאנערשטאג צו פארמערן מיט געבעטן צו גאט, און מ'זאגט והוא רחום, לייגן שוין די אחרונים צו אז מ'זאגט בעפאר דעם ווידוי אזוי ווי מיר פירן זיך אלע טאג, אז מ'זאגט אשמנו, ואומרים אותו בקול רם, און מ'זאגט דאס מיט א הויך קול - אזוי האלט דער מחבר, מ'דארף דאס צו זאגן שטייענדיג, ואם לא אמרו מעומד עובר על התקנה ונקרא פורץ גדר, און אויב זאגט מען דאס נישט שטייענדיג, יעמאלט איז מען עובר אויף די תקנת חכמים, און מווערט אנגערופן א פורץ גדר, וואס אויף דעם שטייט שוין פורץ גדר ישכנו נחש. הגה וכן נוהגין לאמרו מעמד, דער רמא זאגט אז מיר פסק'נען טאקע אזוי ווי דער מחבר און מ'דארף דאס צו זאגן שטייענדיג, זאגן די אחרונים דער מגן אברהם ברענגט דאס אויך צו, אז קל ארך אפים וואס מ'זאגט נאך קדיש פאר ויהי בנסוע זאל מען אויך זאגן שטייענדיג, וויבאלד מ'זאגט דארט ווידוי, חטאנו לך וגו', זאגט דער רמא אבער, אבל אומרים אותו בלחש, אז מ'זאל זאגן והוא רחום שטילערהייט אזוי ווי מ'זאגט שמו"ע, דער משנה ברורה פסק'עט נהרא נהרא ופשטיה, אז יעדערער זאל טוהן אזוי ווי מ'פירט זיך ביי די שוהל וואס ער דאווענט. איצט זאגט דער רמ"א ומה שנוהגים להרבות בתחנונים בשני ובחמישי, א טעם פארוואס איז מען טאקע מרבה מיט געבעטן צו גאט מאנטאג און דאנערשטאג, משום שהם ימי רצון, וויבאלד דאס איז טעג וואס אין הימל איז מען פארגעביג, זאגן די אחרונים די סיבה, וויבאלד משה רבנו ע"ה איז ארויף אין הימל נעמן די לוחות אחרונות, איז ער ארויף אין א דאנערשטאג און ער איז אראפגעקומען אין א מאנטאג. ולכן נוהגין גם כן להתענות בהם, און איבער די סיבה פירט מען זיך אויך צו פאסטן אום מאנטאג און דאנערשטאג, מארגן על מיר מאריך זיין אין דעם ענין ביטע מיר דערמאנען מארגן ביים שיעור.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 00:16 |
|
| |
הקדמה צום שיעור ג' יתרו ס"ו האלטן מיר סימן קלד סעיף ב' אבער ערשט עלן מיר זיך באציען אויף צוויי נושאים וואס איז געבליבן פון נעכטן.
דע ערשטע ענין איז איבער וואס דער רמא האט גענדיגט מיט די ווערטער ולכן נוהגין גם כן להתענות בהם, צייכנט דער משנה ברורה נאכצוקוקען סוף סימן תקפ אין משנה ברורה דארט רעדט דער משנה ברורה ארום אויף דעם וואס דער מחבר ברענגט דארט אין סעי' ג יש מי שאומר שגזרו שיהיו מתענין בכל שני וחמישי, על חורבן הבית ועל התורה שנשרפה ועל חילול השם, וואס דאס איז די מקור אויף די רייד פון דעם רמא אין אונזער סימן, זאגט דער משנה ברורה דארט וז"ל ומי שאינו יכול להתענות עכ"פ יתפלל בהם על דברים הללו, ויש מתענים מבשר ויין בהם וגם בלילה שלפניהם ובקיץ שאוכלים קודם הלילה א"צ להחמיר אם לא שקבלו עליהם לחשבו כלילה אחר תפלת ערבית. איתא בכתבים שראוי לכל בר ישראל לבכות על שריפת התורה שמכח זה נמסרה התורה לקליפות המקום יחזירנה לנו ב"ב. כתב התניא ביום הששי פרשת חוקת נהגו היחידים להתענות שבאותו היום נשרפו כ' קרונות מלאים ספרים בצרפת. גם בשנת ת"ח נחרבו שני קהלות גדולות באותו היום. גם נוהגין להתענות כ' סיון בכל מלכות פולין נהרא נהרא ופשטיה [מ"א] ועיין בשע"ת שהוא דוקא מבן י"ח לזכר ובת ט"ו לנקבה: נוהגים לקום באשמורת - דסוף הלילה הקב"ה שט בעוה"ז והוא עת רצון ומה שנהגו מר"ח שאז עלה משה בהר סיני לקבל לוחות אחרונות והעבירו שופר במחנה משה עלה להר שלא יטעו עוד אחר ע"ז והוי עת רצון. ואיכא אסמכתא מקרא אני לדודי ודודי לי ר"ת אלול וס"ת עולה מ' כנגד ארבעים יום מר"ח אלול עד יוה"כ כי באלו ארבעים יום התשובה מקובלת להיות לבו קרוב אל דודו בתשובה ואז דודו קרוב לו לקבל תשובתו מאהבה ועוד סמך מקרא ומל ד' אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך ר"ת אלול, על כל פנים זעהט מען פון די ווערטער די גרויסקייט פון די טעג מאנטאג און דאנערשטאג, איך ברענג עס צו אז דער עולם זאל על כל פנים נזהר זיין ווי ווייט מעגליך, צו זאגן כאטשיג דעם והוא רחום, און נישט זיך פרייען אלע מאל וואס מ'קען זיך ארויסדרייען פון דעם.
(במאמר המוסגר וועל איך זיך באדאנקן פאר דעם קעניג פון הייד פארק הרב דזשיבוי, פאר מיר שיקן דעם לשון המשנ"ב, זאל איהם די זכות באשטיין.)
דער צווייטער ענין איז וואס יאך האבע בכלל נישט ערווענט ביים שיעור נאר די מקשיבים לקולי האבן דאס געדענקט לכאורה נאך פון די אינגע יארן, גראדע האב איך דאס געוואלט אויסשמועסן, אבער לא איסתייע מילתא. מיהאמיר נעכטן געלערנט אז מ'זאגט והוא רחום בב' וה', זאגן די אחרונים אז מ'האט דאס מתקן געווען על ידי מעשה נס גדול כמובא בכל בו וכנדפס בסידורים, איז היות דער עולם ווייסט דאך אז יאך האבע נישט ביין מיר קיין ספרים אמער יאך בין אינדרויסן פון שטאט, הגם יאך געדענק די מעשה אבער דאס צו פארציילן פאר דעם ציבור באדארף מען צו האבן די מעשה פונקטליך, האבע יאך געבעטן מיין חבר ערעב קרעמער, זאל מיר דאס אויפקוקען זאגט ער אז ער געדענקט דאס פון סידור היעב"ץ, און ער האט מיר נאכגעזאגט די גאנצע לשון, לכאורה מזכרונו. סיז אמאל געווען א מעשה מיט א שיף פון אידן וואס איז געקומען פון גלות ירושלים, -אזוי רופט ער דאס- און איז אנגעקומען צו א געוויסען פריץ, האט דער פריץ זיי געזאגט איך וויל אייך אויספרובירן מיט א קאלעך אויוון, אזוי ווי חנני' מישאל ועזרי', האבן זיי איהם געזאגט גיב אונז ביטע 30 טאג, און דער פריץ האט דאס זיי נאכגעגעבן, האבן זיי געפאסט די דרייסיג טאג, און אלע טאג האבן איטליכער פון זיי פארציילט פאר אלעמען וואס מ'האט געחלום'ט ביינאכט, איז געווען צווישן זיי אן אלטער איד נישט אזא קלוגער, אבער א גרויסער ירא חטא, סוף פון די דרייסיג טאג רופט ער זיך צו זיין אן, סיהאט זיך מיר געחלום'ט איבער א פסוק וואס האט צוויי כי און דריי נישט, און איך ווייס נישט וואס דאס באדייט, האט זיך א קלוגער חכם דארט אנגערופן, זיכער מיינט דאס דעם פסוק, אין ישעי' מג פסוק ב, 'כי' תעבור במים אתך אני, ובנהרות 'לא' ישטפוך, 'כי' תלך במו אש 'לא' תכוה, ולהבה 'לא' תבער בך: ממילא זאגט דער קלוגער חכם פאר דעם וואס האט דאס געחלום'ט, דו קענסט זיכער אריינגיין אין דעם פייער, דו וועסט זיכער ניצול ווערן, און אזוי איז געווען, מ'האט געמאכט א ריזיגען פייער און דער בעל החלום איז אריין, אזוי ווי ער איז אריין אין פייער האט זיך דער פייער צוטיילט אין דריי חלקים, און מ'האט געזעהן אין יעדן חלק א צדיק וואס איז געקומען מקבל פנים זיין דעם בעל החלום, און זיי האבן געזאגט והוא רחום, דער ערשטער הא געזאגט ביז, אנא מלך רחום וחנון, דער צווייטער האט געזאגט ביז אין כמוך, און דער דריטער האט געזאגט ביז דעם סוף, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.
יאך האבע געברענגט קאפיעס, דערפון דא האט איר (דאס האט מיר קרעמער געשיקט מיט א טעלעגראם) מעשה בספינת יהודים שבאה מגלות ירושלים למקום הגמון אחד, אמר להם רצוני לנסות אתכם בכבשן אש, כמו לחנניה מישאל ועזריה. אמרו לו תן לנו זמן שלשים יום ונתן להם. והתענו ובכל יום מה שחלם אחד מהם סיפר לכולם. והיה שם זקן אחד דחיל חטאין ולא חכים כולי האי. בסוף שלשים יום אמר להם: בחלומי אקרו לי פסוק אחד דכתיב ביה פעמיים כי ושלש לא. ולא אדע הפסוק. אמר לו זקן אחד חכם מאוד, ודאי פסוק זה הוא (ישעי' מג, ב) כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך, לכן אתה ודאי תכנוס באש ותנצל, ועשו כדבר ההגמון אש גדול מאוד, ונכנס הזקן בעל החלום באש ונתחלק האש לשלשה חלקים וראו שנכנסו באש שלשה צדיקים לקבל פני הזקן ואמרו והוא רחום, הראשון אמר עד אנא מלך רחום וחנון, והשני עד אין כמוך, והשלישי עד הסוף.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 00:18 |
|
| |
שיעור יום ג' יתרו ס"ו
האלטן מיר סימן קלד סעיף ב מראה פני כתיבת ספר תורה לעם העומדים לימינו ולשמאלו, דער בעל הגבה זאל ווייזן די כתב פון דעם ספר תורה פאר דעם ציבור אין שוהל, סיי פאר די וואס זענען אויף זיין רעכטע זייט און סיי פאר די וואס זענען אויף די לינקע זייט, ומחזירו לפניו ולאחריו, ער פירט די ספר תורה פארנט צו און אונטן צו, רעדן אויס די אחרונים, אז מ'זאל מאכן א סיבוב צו די רעכטע זייט, דאס הייסט אויב שטייט ער מיט'ן פנים צו מזרח דאן זאל ער זיך דרייען צו דרום זייט, רינגס ארום ביז ער קומט צוריק צו מזרח, מיר פירן זיך אבער אז מ'גייט קודם צו דרום זייט א דרייפערטל רינג, און דאן צוריק צו מזרח, און דאן צו צפון זייט א דרייפערטל רינג, און דאן צוריק צו מזרח, און נישט קיין רינג ענד ראנג א ראזי, וויפיל צו עפענען איז מעיקר הלכה דריי עמודים, אבער דער כף החיים פסק'עט אז דאס זאל יעדערער טוהן לפי כוחו. שמצוה על כל אנשים ונשים וויייל ס'איז א מצוה סיי פאר די מענער און סיי פאר די פרויען, לראות הכתב, צו זעהן די כתב פון די ספר תורה, סיווערט געברענגט א טעם פון די מקובלים אז מ'זאל קוקען אויף א ווארט וואס הייבט זיך אהן מיט די זעלבע אות ווי די נאמען, דאס הייסט אויב הייסט איינער שמואל, זאל ער קוקען אויף א אות וואס הייבט זיך אהן מיט א שין, און דאס העלפט פאר הצלחה. ולכרוע ולומר וזאת התורה וגו' תורה ה' תמימה וגו', און זיך בוקען און זאגן די פסוקים פון וזאת התורה אשר שם משה לפני בני ישראל, און דעם פסוק תורת ה' תמימה משיבת נפש, טאמער האט מען געטראפן א פסול שבת ביי שביעי, וואס דאן נעמט מען נישט ארויס אן אנדערע ספר תורה, זאל מען דאן ביי הגבה נישט זאגן קיין שום פסוקים, סיז דא וואס האלטן אז מ'זאל דאס זאגן אפילו אינמיטן ברכות קריאת שמע, אבער מיר נעמן אהן דאס נישט צו זאגן אפילו אינמיטן פסוד"ז.
הגה זאגט דער רמא ונהגו לעשות כן אחר שקראו בתורה, מ'פירט זיך צו מאכן הגבה נאך דעם ליינען, דאס הייסט אז דער רמא קריגט אויף דעם מחבר, וואס ער האלט די מנהג הספרדים צו מאכן הגבה פאר דעם ליינען, האב איך געזעהן צו ברענגן אז אין ארץ ישראל מאכן אפילו די אשכנזים הגבה פאר דעם ליינען, אבער דאכצאך אז היינטיגע צייטן פירט מען זיך נישט אזוי, א טעם פאר די מנהג האשכנזים איז אז דער ציבור וואס וויל דאך אריינקוקען אין די ספר תורה ביי הגבה, זאלן נישט אנטלויפן פאר דעם ליינען, און אויסווארטן ביז מ'ענדיגט ליינען. אבל כשמוציאין אותו, אבער ווען מ'נעמט ארויס די ספר תורה אומר השליח ציבור גדלו, זאגט דער בעל תפלה גדלו לה' אתי ונרוממה וגו', והקהל אומרים רוממו כו', אב הרחמים הוא ירחם עם עמוסים וכ'ו, און דער ציבור ענפערט מיט דעם פסוק רוממו, מיר פירן זיך צו ענפערן לך ה' הגדולה, און דא איז טאקע די פלאץ מעורר זיין דעם ציבור נישט צו זאגן גדלו, הגם דאס האט א שטיקל מקור, אבער מעיקר ההלכה זאל מען דאס נישט זאגן. ויש אומרים לומר על הכל יתגדל, סיז דא וואס האלטן אז דער ציבור זאל זאגן על הכל, וכן נוהגים ביו"ט ובשבת, און דער רמא פסק'עט אז מ'זאל זיך אזוי פירן נאך אום שבת ויו"ט, אזוי ווי מיר פירן זיך טאקע, די אחרונים רעדן שוין אויס אז מ'פירט זיך צו זאגן בריך שמיה ביי הוצאות ספר תורה, וואס הגם דער אריה"ק און אזוי איז אויך משמע פון זוה"ק באלאנגט דאס נאר צו זאגן אום שבת, רעדט דאך שוין דער הייליגער ר' חיים וויטאל אין פע"ח שער קריאת ספר תורה און דאכצאך אויך ביי שבת, אז היות קיין איסור דאס צו זאגן איז דאך נישט דא, ממילא זאל מען דאס זאגן אינדערוואכן אויך, אויב איז עמיציר נישט אנגעקומען דאס צו זאגן בשעת הוצאה זאל מען דאס זאגן ביז ווילאנג מ'עפנט דעם ספר תורה, נאכדעם האט דאס נישט קיין שום זין, בשעת זאגן גדלו זאל מען אויפהייבן די ספר תורה, און די זעלבע זאך שבת ביי אחד הוא וגו' און ביי שמע ישראל וגו'. ויש להחזיק התורה בימין, און דער רמא זאגט אז מ'זאל האלטן די ספר תורה אין די רעכטע האנט, דער משנ"ב ברענגט צוויי טעמים דערויף איינס, על שם הכתוב וימינו תחבקנו, און די צווייטע טעם ווייל די תורה איז געגעבן געווארן בימין, וכשעולה הראשון לקרות ווען דער ערשטער גייט צו די בימה עולה זיין, אומרים ברוך שנתן תורה וכו', זאגט מען דעם פסוק פון ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, דער משנ"ב זאגט אז מ'זאל זאגן נאך א פסוק אבער מיר פירן זיך נישט אזוי סיז דא מער ווי איין מנהג וואסארא פסוקים צו זאגן, נהרא נהרא ופשטיה.
איצט וועל מיר אביסל אויסשמועסן דעם ענין פון הוצאה והכנסת ספר תורה, די אחרונים זאגן אז אפילו אויב עמיציר איז אינדרויסן פון בית המדרש זאל ער משתדל זיין אריינצוקומען און זיין ביי הוצאה והכנסה, משום ברוב עם הדרת מלך, דער מנהג צו קושן די ספר תורה און דאס באגלייטן צו די בימה נעמט זיך פון דעם אריה"ק, עפ"י סוד איז דא א סמך אז א מאן זאל בחודש ט' גיין פתיחת הארון.
ביי החזרת ספר תורה זאל מען אינדערוואכן און שבת ביי מנחה זאגן קאפיטל כד, און שבת ביי שחרית קאפיטל ל' דאכצאך, לדוד מזמור הבו לה' בני אלים.
הלכות קריאת ספר תורה סימן קלה סדר קריאת התורה ביום שני וחמישי ובו יד סעיפים, פון דא ביז די נעקסטע 15 סימנים איז הלכות פון ליינען אין דעם סימן וועט מען רעדן איבער ליינען מאנטאג און דאנערשטאג, ביים דאווענען, די סימן האט פערצן סעיפים.
סעיף א זאגט דער מחבר בשני ובחמישי ובשבת במנחה, מאנטאג אין דאנערשטאג, ביי שחרית, -הגם בדיעבד האט דאס צייט א גאנצן טאג, אבער לכתחילה איז בעסער מקדים צו זיין- און ווי אויך שבת ביי תפלת מנחה, קורין שלשה, ליינט מען אין די תורה פאר דריי מענטשן, אין פוחתין מהם, מ'ליינט נישט פאר ווייניגער ווי דריי, ואין מוסיפין עליהם, און מ'ליינט נישט פאר מער ווי דריי, אזוי האלט דער מחבר, עלמיר באלד זעהן נאך א שיטה, ואין מפטירין בנביא, און מ'מאכט נישט קיין מפטיר. די סיבה פון ליינען מאנטאג און דאנערשטאג, שטייט אין (איך געדענק שוין נישט וואו) משה רבינו תקן להם לישראל, אז סיזאל נישט אדורכגיין קיין דריי טאג אהן ליינען אין די תורה, איבער דעם אויב האט מען פאר א סיבה נישט געליינט מאנטאג זאל מען ליינען דינסטאג, אבער פרייטיג נישט, איך געדענק נישט איצט דעם טעם פארוואס פרייטאג נישט, די טעם פארוואס מ'ליינט נישט מער ווי פאר דריי, און ווי אויך פארוואס מ'ליינט נישט קיין הפטרה, איז משום בטול מלאכה לעם, היות דער עולם ארבעט אין די וואכן טעג, ממילא איז מען נישט מטריח דעם ציבור זיי אויפצוהאלטן לענגער אין שוהל.
הגה זאגט דער רמא, ואם היו שני חתנים בבית הכנסת, אויב האט זיך געמאכט און צוויי חתנים, וואס ביידע זענען מחויב עולה צו זיין, והם ישראלים, און ביידע זענען ישראלים, דאס הייסט אז זיי קענען נישט עולה זיין כהן אדער לוי, מתר להוסיף לקרות רביעי, פסק'עט דער רמא אז מ'מעג צולייגן נאך א קריאה, דלדידהו הוי כיום טוב, ווייל פאר די חתנים איז דאך א יום טוב, שמתר להוסיף, וואס אין א יום טוב מעג מען מוסיף זיין צו די קריאה ביז זעקס קרואים, ונראה, און סיקוקט מיר אויס, דהוא הדין לשני בעלי ברית, אז די זעלבע הלכה זאל זיין ווען צוויי מענטשן מאכן א ברית, וואס דאן זענען אויך ביידע מחויב עולה צו זיין, דיום טוב שלהם הוא, וויבאלד א בעל ברית אין די טאג פון דעם ברית איז א יום טוב פאר איהם, כדלקמן סי' תקנט, אזוי ווי מ'פסקעט אין סי' תקנט, דאכצאך דאס איז לגבי די ניין טאג און ת"ב, (ודין שבת ויו"ט עיין לקמן ריש סי' רפב לענין הוספה, אין איבער שבת ויו"ט וועט מען שוין לערנען אין סי' רפב, וועגן מאכן הוספות) למעשה פסק'עט מען הן לגבי חתנים און כש"כ לגבי בעלי ברית אז מ'איז נישט מוסיף קיין קרואים, היינטיגע צייטן איז דאס כמעט נישט שייך וויבאלד מ'ליינט עטליכע מאל א טאג אין שוהל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 22:40 |
|
| |
יום ד' יתרו ס"ו
האלטן מיר סימן קלה סעיף ב, זאגט דער מחבר, מקום שמפסיקין שבת בשחרית, די פלאץ וואו מ'ענדיגט ליינען שבת ביי שחרית, שם קורין במנחה ובשני וחמישי ובשבת הבא, דארט הויבט מען אהן צו ליינען שבת ביי מנחה מאנטאג און דאנערשטאג, און דארט הויבט אהן דעם קומענדיגן שבת צו ליינען, דאס הייסט למשל פ' בשלח ביי מנחה און די זעלביגע זאך מאנטאג און דאנערשטאג פ' יתרו, ליינט מען פ' יתרו. אויב האט מען זיך טועה געווען און מ'האט געליינט ביי די זמנים אן אנדערע סדרה, נישט וואו מ'האט גענדיגט ליינען שבת, ווי למשל שבת ביי מנחה פ' בשלח האט מען געליינט פ' בשלח אנשטאט פ' יתרו, דאן איז דא א גרויסע מחלוקת הפוסקים, צו מ'דארף איבער ליינען צו נישט, מיר נעמן אהן אז מ'דארף נישט איבערליינען, אויב דערמאנט מען זיך אינמיטן ליינען, דאס הייסט לאמיר זאגן ביי לוי, דאן זאל מען מישן צו פרשת יתרו און אנהויבן פאר לוי פ' יתרו, אויב האט מען אבער שוין גענדיגט ליינען דאן זאל מען נישט איבערליינען, הגם דער משנ"ב בלייבט ביי א צ"ע, אבער הנלע"ד זאל מען נישט איבער ליינען, דער ערוה"ש זאגט א שטארקע סיבה דערפאר, היות די ליינען מאנטאג און דאנערשטאג, איז נאך מחמת תקנה, און נישט וועגן מ'דארף ליינען די גאנצע תורה, אמער מ'ליינט דאך שבת די גאנצע סדרה, ממילא האט נישט קיין זין איבער צו ליינען אויב האט מען זיך טועה געווען. (הערה, אויב ווייסט איינער פון א דיין ומו"צ וואס האלט אנדערש, אדרבה זאל ער מיר ביטע מעורר זיין.)
הגה זאגט דער רמא א נייע הלכה אם בטלו שבת אחת קריאת הפרשה בציבור, אויב האט מען א געוויסע שבת נישט געליינט די סדרה, מחמת קטטה וכדו', סיי נישט ביי שחרית און סיי נישט ביי מנחה, דאס הייסט אויב האט מען זיך דערזעהן אז ביי מנחה איז די קטטה שטיל געווארן דאן זאל מען ליינען ביי מנחה מיט ז' קרואים, פונקט ווי מ'עט ווען געטוהן ביי שחרית, דער רמא רעדט זיך אויב מ'האט נישט געליינט ביי מנחה אויך נישט, דאן זאגט דער רמא, לשבת הבאה, די נעקסטע וואך, קורין אותה פרשה עם הפרשה השייכה לאותה שבת, דאן ליינט מען די סדרה וואס מ'האט נישט געליינט, די אנדערע וואך שבת צוזאמען מיט די סדרה פון די וואך, למשל פ' יתרו האט מען נישט געליינט דאן פ' משפטים ליינט מען סיי פרשת יתרו און סיי פרשת משפטים, און מ'ליינט פאר ראשון גאנץ פ' יתרו, און די ערשטע קריאה פון פ' משפטים, די זעלבע הלכה איז אויב האט מען פאר א געוויסע סיבה נישט געליינט די גאנצע סדרה פ' יתרו זאל מען דאן ליינען שבת משפטים די איבריגע וואס מ'האט נישט געליינט פ' יתרו, און דאס צוזאמכאפן מיט פ' משפטים, דער שערי אפרים האלט אבער אז מ'זאל ליינען גאנץ פ' יתרו, און נישט נאר דארט ווי מ'האט אויפגעהערט ליינען, פ' יתרושטעלט אייך פאר מ'זאל ליינען קבלת התורה פ' משפטים.

איצט טוהט זיך א גאנצע מחלוקת הפוסקים, וואס טוט מען ביי פרשת וואס זענען מחוברים, לדוגמא, תרומה תצוה ווען דאס גייט ביינעזאם, און מ'האט בכלל נישט געליינט, דאן איז דא גוויסע וואס האלטן אז פ' תשא זאל מען נישט ליינען דריי סדרות, מ'זאל נאר ליינען פ' תצוה און פ' תשא, -אויב האט מען נאר געליינט פ' תרומה און נישט תצוה, דאן איז פשוט אז מ'זאל ליינען פ' תשא די סדרה פון תצוה- און ווי אויך ביי סוף פון א ספר דאס הייסט למשל פ' ויחי, זאל מען נישט ליינען שבת שמות ביידע סדרות, מטעם, וויבאלד מ'דארף דאך ליינען פאר איין עולה, ביידע סדרות, און סיהאט נישט קיין פנים, צוזאמכאפן צוויי ספרים אויף איינמאל, די זעלבע האלטן די פוסקים ביי די אנדערע ספרים וז"פ. אבער אנדערע פוסקים ווי דער א"ר און נאך, און אזוי פסק'עט דער כף החיים, לכאורה איז אזוי משמע פון דעם משנ"ב, און אזוי איז נלע"ד, אז סיי ווי אזוי, זאל מען אלעמאל משלים זיין, נישט קיין חילוק וויפיל סדרות, און אויך נישט קיין נפק"מ סוף פון א ספר.
אויב האט מען זיך טועה געווען ביי מחוברים, למשל חוקת און בלק, און מ'האט געמיינט אז ס'איז מחוברים, און למעשה האט מען נאר געדארפט ליינען חוקת, קומט דאך אויס אז מ'האט נישט געליינט ז' קרואים כהלכה, ווייל דאס איז דאך געווארן צוטיילט אין צוויי סדרות, און מ'כאפט זיך לאמיר זאגן שבת ביי מנחה, אז מ'האט נישט גוט געליינט, איז די הלכה אז אעפי"כ דארף מען נישט איבערליינען פ' מטות.
סעיף ג, זאגט דער הייליגער מחבר, כהן קורא בתורה ראשון, דעם ערשטען רופט מען אויס צו די תורה א כהן, ווי ס'שטייט אין פסוק, וקדשתו, וואס הגם ביי אנדערע זאכן קען דער כהן מוחל זיין, אבער ביי קריאת התורה העלפט דאס נישט, כדי סיזאל נישט ווערן קיין רייבעריי אין שוהל וועמען מ'זאל ערשט אויסרופן, ווייל אויב סיז נישט דא א כהן דארף מען אויסרופן א גדול בחכמה, און דאן וועט דאך ווערן גאנצע קריגערייען, ווער דאס איז, ממילא קען א כהן נישט מוחל זיין, אן איטערסאנטע זאך זאגט ר' שלמה קלוגער, אז במקום וואס זענען דא אורחים, און ס'איז נישט דא גענוג עליות, דאן קען מען זיך יא פארלאזן אויף דעם אז די כהנים זענען מוחל, במקום כבוד אורחים. זאגט דער מחבר ווייטער ואחריו לוי, נאך דעם כהן רופט מען אויס דעם לוי, און די טעם שטייט אין די גמרא, א סמך פון פסוק ס'שטייט ויתנה אל הכהנים בני לוי, ביי די מתנת כהונה דאכצאך, און דאס איז דאך איבריג אז די כהנים שטאמען פון לוי, אלא מאי קומט דאס אונז צו לאזן הערן, אז ערשט דארף מען מכבד זיין די כהנים, און נאך זיי די לוויים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2006 20:49 |
|
| |
יום ה' יתרו ס"ו
האלטן מיר סימן קלה סעיף ד זאגט דער מחבר, המנהג הפשוט, דער פראסטער מנהג איז שאפילו כהן עם הארץ, אז אפילו א כהן וואס קען נישט לערנען, קודם לקרות, קומט פריער צו ליינען אין די תורה, לפני חכם גדול ישראל, בעפאר א ישראל וואס קען יא לערנען, דער מחבר וויל דא ארויסברענגן אז הגם סיז דא ראשונים וואס האלטן אז א תלמיד חכם א ישראל קומט פאר א כהן עם הארץ, אבער לגבי קריאת התורה, מפני דרכי שלום, פסק'עט מען אז א כהן איז ערשט, רעדן שוין אויס די אחרונים אז קיין בזיון ת"ח איז דא נישט שייך, וויבאלד דער מנהג איז אזוי, (קען זיין דאס איז די סברא פון מהר"ש קלוגער וואס מיהאמיר געלערנט נעכטן), לייגט צו דער מחבר א תנאי, והוא שהכהן יודע לקרות, דאס איז נאר אויב דער כהן דער עם הארץ קען ליינען, לייגט צו דער רמא, ומיהו אם יוכל לקרות עם הש"ץ מלה במלה, אויב אבער דער עם הארץ קען טאקע נישט אליין ליינען אין די תורה, אבער מיטזאגן מיט דעם בעל קורא קען ער יא, סגי בכך, איז גענוג אזוי, דאס הייסט אז ער קומט פאר א ישראל א ת"ח, כדלקמן סי' קלט, אזוי ווי ס'ווערט געפסק'עט אין סימן קלט סעיף ב, דער מחבר פסק'עט דארט אז אויב קען מען זאגן מיט דעם בעל קורא איז דאס גענוג. במאמר המסוגר אז דער עולם זאל פארשטיין, אמאל איז געווען דע מנהג אז דער עולה איז אליין דער בעל קורא, שפעטער האט מען מתקן געווען א שליח ציבור, זאל פארליינען. ענדיגט דער מחבר צו זיין הלכה, שאם אינו יודע לקרות האיך יברך על התורה, ווייל אויב וועט דער כהן נישט קענען ליינען ווי אזוי זאל ער דען קענען מאכן א ברכה, אבער די אחרונים רעדן שוין אויס אז היינט איז מען נישט מקפיד אפילו אז דער עולה זאל קענען מיטזאגן מיט דעם בעל קורא, מער איבער דעם וועט מען לערנען אין סי' קלט.
סעיף ה זאגט דער מחבר, אם הספר תורה פתוח, אויב איז שוין די ספר תורה אפן, והכהן קורא את שמע, און דער כהן האלט ביי קריאת שמע, אינו רשאים להפסיק, טאר דער כהן נישט מפסיק זיין, אין סי' סו איז דא דעות אז ער מעג יא מפסיק זיין, אבער דאס איז נאר אויב האט מען איהם שוין אויסגערופן, אבער דא רעדט מען אז מ'זאל איהם בכלל נישט אויסרופן, וקוראים ישראל במקומו, און מ'רופט אויס א ישראל אנשטאט, הגה זאגט דער רמא, וכן בתענית שאחר פסח וסכות, די זעלבע הלכה איז ביי תענית בה"ב וואס מ'פאסט נאך די ימים טובים פסח און סוכות, שקורין ויחל, וואס דאן ליינט מען ויחל, אם אין הכהן מתענה, אויב דער כהן פאסט נישט, - די הלכה ביי ויחל מעג מען נאר אויסרופן די וואס פאסטן- קורין לישראל, זאל מען אויסרופן א ישראל אנשטאט, וטוב שילך הכהן מבית הכנסת, און ס'איז גוט אז דער כהן זאל אבער ארויסגיין פון בית המדרש, און דאס איז אנדערש ווי ווען דער כהן האלט אינמיטן קריאת שמע, ווייל יעמאלט זעהט דאך יעדערער אז ער איז עסוק בתפלה, האט מען נישט מורא משום פגמא, אז מענטשן זאלן מיינען אז דער כהן איז א כהן פגום, אבער ביי א תענית ווייסט מען דאך נישט אז דער כהן פאסט נישט, ממילא זאל ער ארויסגיין פון שוהל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 20:12 |
|
| |
הערות אויף דעם נעכטיגן שיעור:
סעיף ד: ס'איז דא א מחלוקה אויב דער עולה קען בכלל נישט, אפילו מיטזאגן מיט דעם בעל קורא, דאן איז דא וואס האלטן אז ער איז נישט עולה למנין ז' קרואים, אפילו בדיעבד, אבער מיר פסק'ענען בדיעבד אז מ'האט יא יוצא געווען, אבער לכתחילה זאל מען נישט אויסרופן, נאר און אויסנאם איז א בעל ברית אדער א חתן.
בכלל אויסרופן עמי הארצים וואס קענען לפחות מיטזאגן מיט דעם בעל קורא, פסק'עט מען נהרא נהרא ופשטיה, ביין אונז אין שוהל איז דאך נישט דא קיין מנין תלמידי חכמים, האב איך געפסק'עט אז מ'זאל אויסרופן אפילו אנדערע, ובפרט אויב דאס איז אין א פאל וואס הציבור צריכים לו, וואס דאן איז לויט די פוסקים אביסל גרינגער, סאו יאנאש און די אלע אנדערע קען מען רואיג אויסרופן. דעס וואס דער מחבר אין סעי' ה זאגט אויב די ספר תורה איז שוין אפן, רעדן די אחרונים אויס אז דאס איז נישט דוקא אויב די ספר תורה איז אפן, די זעלבע זאך אויב מ'האט נאך נישט ארויסגענומען דעם ספר, דארף מען נישט ווארטן אז דער כהן זאל ענדיגן זיין דאווענען, נאר מ'קען רואיג אויסרופן א ישראל.
תוקן על ידי - סאכדעס - 17/02/2006 20:37:37
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 20:31 |
|
| |
עש"ק פ' יתרו ס"ו האלטן מיר סי' קלה סעיף ו, זאגט דער מחבר, אם נכנס הכהן לבית הכנסת, אויב דער כהן קומט אהן אין בית המדרש, אחר שהתחיל הישראל לברך, פונקט נאך וואס מ'האט אויסגערופן א ישראל אנשטאט איהם, און דער ישראל האט שוין אנגעהויבן צו זאגן די ברכה פון אשר בחר בנו, אינו פוסק, קען דער כהן מיט זיין וועזנהייט דאס נישט אפשטעלן, און ער זאל עולה זיין, אבל ברכו לא הוי התחלת, אויב האט דער ישראל נאר געזאגט ברכו, קען ער איהם יא אפשטעלן, און דאס איז נישט לבטלה, וויבאלד דער עולם האט גענפערט ברוך ה' המבורך לעולם ועד, ועומד הישראל בתבה, אבער דער ישראל בלייבט שטיין ביי דעם באלעמער, עד שישלימו כהן ולוי, ביז ווילאנג דער כהן און לוי ענדיגן זייערע עליות, ואז יקרא, און דאן זאגט ער ברכו, און מ'רופט איהם נישט נאכאמאל אויס, און דאס איז כדי שלא יתבייש, אז דער ישראל זאל נישט פארשעמט ווערן.
אם אין כהן בבית הכנסת, אויב איז נישט דא קיין כהן אין בית המדרש, קורא ישראל במקום כהן, קען רופט מען אויס א ישראל אנשטאט דעם כהן, ולא יעלה אחריו לוי, אבער צו שני זאל מען נישט אויסרופן קיין לוי, כדי דער ציבור וואס ווייסט נאר אז דער צווייטער איז א לוי, וועלן מיינען אז דער ערשטער איז א כהן, הגה זאגט דער רמא אבל ראשון יוכל לעלות, אבער צו ראשון קען דער לוי עולה זיין, רעדן די אחרונים אויס אז דאס איז נאר ווען דער לוי איז גלייך צו דעם ישראל בחכמה, אויבאיז דער ישראל גדול בחכמה, דאן דארף מען מכבד זיין ערשט א תלמיד חכם א ישראל ווי איידער א לוי, (איך מיין אז דא זעהט מען אז ס'איז נישט דא קיין שום מקור צו די וואס מאכן א עסק מיט דעם לוי, אבער דאך איז דא סמך אויף דעם מנהג, עיין במט"מ, ער זאגט אז דאס איז א מנהג פראנקפורט, אויב איז נישט דא א כהן דאן רופט מען אויס א לוי ווי איידער א ישראל) וכשקורין אותו און מ'ווען מ'רופט איהם אויס, דאס הייסט סיי א ישראל אדער א לוי אנשטאט א כהן, אומרים במקום כהן, זאגט דער אויסרופער במקום כהן, שלא יטעו לומר שזהו כהן, כדי דער ציבור זאל זיך נישט טועה זיין און זאגן אז דעם וועמען מ'האט אויסגערופן איז א כהן.
סעיף זיין זאגט דער מחבר אם היו כהן ולוי בבית הכנסת, אויב ס'איז געווען א כהן און א לוי אין בית המדרש, וקרא הכהן, און מ'האט אויסגערופן דעם כהן פאר ראשון, וקרא הכהן, און נאך וואס דער כהן האט גענדיגט זיין עלי', וסבור שאין שם לוי, האט מען געמיינט אז ס'איז נישט דא קיין לוי, והתחיל לברך ברכת התורה שנית, און דער כהן האט שוין אנגעהויבן צו מאכן נאכאמאל די ברכה, אנשטאט דעם לוי, אין מפסיקין אותו, דאן שטעלט מען נישט אפ דעם כהן, פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויב האט ער שוין אנגעהויבן מאכן די ברכה פון אשר בחר בנו, און נישט נאר ברכו, וואס דאן דארף מען יא אויסרופן דעם לוי.
היות שב"ק לערן איך נישט פאר אין קרעטשמע, מיר האבן אין שוהל א שיעור אין הלכות שבת, סאו ווער עס פילט פאר וויכטיג זאל מוצש"ק ארויפלייגן די צוויי סעיפים פון שב"ק
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2006 20:03 |
|
| |
א' משפטים ס"ו
האלטן מיר סימן קלה סעיף ח זאגט דער מחבר אם אין לוי בבית הכנסת, אויב ס'איז נישט פארהאנען א לוי אין בית המדרש, כהן שקרא ראשון מברך שנית, דאן דארף דער כהן וואס האט עולה געווען די ערשטע זאגן נאכאמאל די ברכות, וקורא במקום לוי, און מ'ליינט פאר איהם אנשטאט פאר דעם לוי, אבל לא כהן אחר, אבער א צווייטען כהן אנשטאט דעם לוי רופט מען נישט אויס, כדי שלא יאמרו שהראשון פגום, כדי מ'זאל נישט מיינען אז דער כהן וואס האט ערשט עולה געווען איז א כהן פגום. ווי אויך רופט מען נישט אויס קיין ישראל אנשטאט לוי, וועגן צוויי טעמים, ערשטענס מ'זאל נישט זאגן אז דער כהן איז א פגום, צווייטענס אז מ'זאל נישט מיינען אז דער איז אן לוי. די פוסקים אחרונים האלטן אויב ס'איז קיינמאל נישט דא קיין לוי אין דעם בית המדרש, דאן זאל מען נישט אלע מאל וואס מ'ליינט אזוי טוהן, נאר מ'זאל הייסן דעם כהן ארויסגיין, און איהם געבן אן עלי' נאר פון צייט צו צייט.
סעיף ט זאגט דער מחבר, וכן לא יעלו שני לויים זה אחר זה, און די זעלבע זאך זאלען נישט עולה זיין צוויי לוים איינער נאך דעם אנדערן, כדי שלא יאמרו שאחד מהם פגום, כדי מענטשן זאלן נישט קלערן אז איינער פון זיי זענען נישט קיין ריכטיגע לוויים. איבער א עיר שכולה לויים על מיר שוין לערנען א צווייט מאל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2006 00:17 |
|
| |
ב' משפטים ס"ו
האלטן מיר סעיף יוד, דאס איז א לאנגער סעיף, מחמת קוצר הפנאי על איך פארלערנען בקיצור מחבר און רמא, ממש גארנישט אויסרעדן, אי"ה מארגן על מיר רעדן איבער די אלע הלכות, מער באריכות, און וואס ס'איז נוגע פאר אונז למשל שמח"ת.
זאגט דער מחבר, נהגו לקרות כהן אחר כהן בהפסק ישראל ביניהם, דער מחבר פסקעט אז מ'פירט זיך אויסצורופן א כהן, אפילו אויב מ'האט שוין אויסגערופן א כהן פריערט, אויב איז אינצווישן געווען א ישראל, ואומר החזן כשקורא להשני, און דער וואס רופט אויס דעם צווייטן כהן, זאל זאגן, אף על פי שהוא כהן, וואס דאס מיינט אז כאטשיג ער איז א כהן רופט ער איהם אויס, וכיוצא בזה נוהגין בלוי אחר לוי, און די זעלבע זאך זאל ער זאגן ווען ער רופט אויס א צוייטען לוי, זאל ער צולייגן אף על פי שהוא לוי, הגה זאגט דער רמא, ולכן מתר לעלות גם כן למפטיר בכי האי גוונא, פאר די זעלבע סיבה קען מען אויסרופן א כהן אדער א לוי צו מפטיר, און מ'זאל זאגן אף על פי שהוא כהן אדער לוי, ואם קורא מפטיר סתם, אויב דער כהן אדער לוי קומט ארויף צו מפטיר אהן דעם וואס ער זאל עולה זיין, אין לחש לפגמו, דארף מען נישט מורא האבן אז מ'וועט מיינען אז ער איז א כהן אדער א לוי פגום, דהרי לא מזכיר שמו, אמער ער רופט איהם דאך נישט אויס, ויש אומרים דאין לקרות כהן או לוי למנין שבעה, און ס'איז די א שיטה וואס האלט אז מ'זאל נישט אויסרופן א כהן אדער א לוי צו די שבעה קרואים, אבל לאחר שנשלם המנין, אבער צו הוספות, יכולים לקרות כהן או לוי, קען מען יא אויסרופן א כהן אדער א לוי, וכן נוהגין במדינות אלו, און אזוי פירט מען זיך, ומיהו במקום צורך ודחק, אויב פעלט זיך אויס צו די שבעה קרואים, בשעת הדחק, יש לסמוך אסברא ראשונה, קען מען זיך פארלאזן אויף די ערשטע דיעה, וואס האלט אז מ'מעג יא אויסרופן א כהן אדער לוי למנין השבעה קרואים.
סעיף יא זאגט דער מחבר, יש מי שאומר, ס'איז דא א דיעה, שאם קרא החזן כהן או לוי, אויב האט מען אויסגערופן א כהן אדער א לוי, ואינו שם, און ער איז נישט אין בית המדרש, לא יקרא לאחר בשם, זאל מען נישט אויסרופן א צווייטען כהן אדער לוי, ביי זיין נאמען, משום פגמו של ראשון, מ'זאל נישט מיינען אז דעם ערשטען וואס מ'האט אויסגערופן איז א כהן אדער לוי פגום, אלא אחר יעלה מעצמו, נאר א צווייטער זאל עולה זיין אהן אויסרופן, זאגט דער רמא, וכן נהגו, און אזוי פירט מען זיך, שליח צבור שהוא כהן, אויב דער וואס רופט אויס איז א כהן, יכול לקרוא כהן אחר לתורה, מעג ער אויסרופן א צווייטען כהן זאל עולה זיין, און מ'האט נישט מורא משום פגמו של עצמו.
רבותי איך ווייס אז ס'איז געווען זייער אין קורצן, זייט מיר מוחל, יאך דארף פירן א דין תורה, אי"ה מארגן וועט קומען ביאורים באריכות.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2006 23:14 |
|
| |
באקאנטמאכונג סארי פאר אלל טע פיפל, איי עם סטיל ווערי ביזי, ענד דע ביאורים באריכות, וועט אי"ה זיין אין א קומענדיגע געלעגנהייט.
יום ג' פ' משפטים ס"ו האלטן מיר סי' קלה סעיף יב, זאגט דער מחבר, עיר שכולה כהנים, א שטאט וואס איז פול מיט כהנים, און קיין לוי איז נישט פארהאנדין דארט, אם יש ישראל אחד ביניהם, אויב איז דא איין ישראל צווישן זיי, אותו ישראל קורא ראשון מפני דרכי שלום, זאל מען אויסרופן דעם ישראל ראשון מפני דרכי שלום, כדי די כהנים זאלן זיך נישט הרגענען צווישן זיך ווער ס'זאל עולה זיין דער ערשטער, וכל שאין בהם ישראל כדי סיפוקם, אויב ס'איז נישט דא גענוג ישראלים, או שאין שם ישראל כלל, אדער ס'איז נישט דא דארט קיין שום ישראל, קורא כהן אחר כהן, דאן רופט מען אויס איין כהן נאך דעם אנדערן, שאין שם משום פגם, ס'איז דאך נישט דא די חשש אז מ'זאל מיינען אז איינער פון די כהנים איז א כהן פגום, שהכל יודעים שאין שם אלא כהנים, ווייל אלע ווייסן אז ס'איז דא אין שטאט נאר כהנים, והוא הדין לעיר שכולה לווים, און די זעלביגע הלכה איז ביי א שטאט וואס איז נאר פארהאנען לוויים.
סעיף יג א פשוטע הלכה, אם קטן קורא בתורה בצבור, אויב זאל א קטן מעגן ליינען אין די תורה, בסימן רפב, די הלכה על מיר לערנען ווען מ'עט האלטן סימן רפב, אם אין כהן אלא סומא או שאינו בקי, אויב איז נאר דא א כהן א בלינדער ל"ע, אדער אויב איז ער אן אינו בקי, ער ווייסט נישט וואו צו ליינען אין די ספר תורה, בסימן קלט, על מיר אי"ה לערנען אין אפאר סימנים ארום אין סימן קלט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 22:49 |
|
| |
איצט וועלנדיג פארלערנען דעם היינטיגן שיעור מערק איך אז מ'האט פארגעסן נעכטן פארצולערנען דעם שיעור, איצט האב איך געכאפט קרעמערס תגובה אין אן אנדערן אשכול, אלזא על איך פארלערנען היינט דעם שיעור פאר נעכטן און פאר היינט.
יום ד' פ' משפטים ס"ו
זאגט דער מחבר סעיף יד, בני אדם החבושין בבית האסורין, מענטשן וואס זיצן אין תפיסה ל"ע, אין מביאין אצלם ספר תורה, ברענגט מען נישט פאר זיין קיין ספר תורה, אפילו בראש השנה ויום הכיפורים, אפילו אום ראש השנה און יום כיפור, דער טעם פון דעם ווערט געברענגט אין די אחרונים, וויבאלד דאס א זילזול פאר דעם ספר תורה, אז מ'זאל דאס שלעפן צו יחידים, איבער דעם טאקע אויב זיצן א מנין אידן אין תפיסה ל"ע, דאן מעג מען יא דאס שלעפן אהין.
הגה זאגט דער רמא, והיינו דוקא בשעת הקריאה לבד, נאר בשעת'ן ליינען טאר מען נישט שלעפן אהין קיין ספר תורה, אבל אם מכינים לו יום או יומים קודם, מותר, אויב אבער ברענגט מען שוין די ספר תורה פון א טאג צוויי פריער, מעג מען דאס טוהן, מערקט שוין דער משנה ברורה בשם די אחרונים, אז הוא הדין אויב ברענגט מען דאס צו ליינען און מ'איז פארדעם קובע א פלאץ וואו דאס צו האלטן, אויף נאך א צוויי טאג, איז אויך נישט קיין שאלה. ואם הוא אדם חשוב, אויב איז דער באטרעפענדער וואס דארף אנקומען צו די ספר תורה, אן אדם חשוב, בכל ענין שרי, מעג מען דאס ברענגן אויף יענדספאל, דער משנה ברורה שמועסט אויס אז לכתחילה זאל ער זיין א גדול בתורה אויך, אויב איז דאס נאר א אדם חשוב, וואס איז נישט א גדול בתורה, דאן זאל מען מכין זיין א פלאץ פאר די ספר תורה.
סימן קלו מי הם הנקראים לספר תורה בשבת ובו סעיף אחד, אין דעם סימן וועט מען לערנען וועמען מ'רופט אויס צו די ספר תורה אום שבת און יום טוב. זאגט דער מחבר סעיף א, בשבת ויום טוב ויום הכיפורים, קורים אחר הלוי תלמידי חכמים הממונים על הציבור, אום שבת און די זעלבע זאך יום טוב, און ווי אויך אום יום כיפור, רופט מען אויס צו שלישי תלמידי חכמים וואס ארבעטן פאר דעם ציבור, ווי למשל ביין אונז אין דארף רופט מען אויס צו שלישי, דעם דאיען ערעב סאכדעס, ואחריהם תלמידי חכמים הראויים למנותם פרנסים על הצבור, צו רביעי רופט מען אויס אזעלכע וואס העטן ווען געקענט זיין ראוי אז זיי זאלן פארטרעטן א שטעלע, ווי למשל ביין אונז ערעב קרעמער, און ווי דער רמא צייכנט טאקע צו במאמר המוסגר, (ששואלים אותו דבר הלכה בכל מקום ואומר, אז צו רביעי רופט מען אויס אידן וואס וואו מ'פרעגט זיי א שאלה ווייסן זיי צו ענפערן), זאגט דער מחבר ווייטער, ואחר כך בני תלמיד חכמים, שאבותיהם ממנים על הצבור, און דערנאך רופט מען אויס, בנש"ק'לעך וואס זייערע טאטעס, האבן שטעלעס אין די קהלה, ביין אונז איז דאך בן הרחמן, ואחר כך ראשי כנסיות וכל העם, און דערויף רופט מען אויס דעם שמש, {יאנאש} און דערויף ווער ס'קומט אונטער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 22:50 |
|
| |
און איצט על איך לערנען דעם היינטיגען שיעור.
יום ה' פ' משפטים ס"ו
סימן קלז כמה פסוקים צריכים לקרוא לכל אחד, ובו ואו סעיפים, האלטן מיר סימן קלז, אין דעם סימן על מיר לערנען וויפיל פסוקים מ'דארף צו ליינען פאר א מענטש וואס איז עולה לתורה.
סעיף א זאגט דער מחבר, ביום שקורין שלשה, אין א צייט וואס מ'רופט אויס דריי מענטשן צו די תורה, למשל מאנטאג און דאנערשטאג, אדער שבת ביי מנחה, אין קורין פחות מעשרה פסוקים, זאל מען נישט ליינען ווייניגער ווי צען פסוקים, צוויי טעמים ברענגט דער משנה ברורה פון די גמרא, איינע קעגן די עשרת הדברות, און די צווייטע קעגן די עשרה מאמרות מיט וואס די וועלט איז באשאפן געווארן, וידבר עולה מן המנין, דער פסוק וידבר ה' אל משה לאמר, וואס כאטש ס'איז נישט קיין שום חידוש, קען מען דאס אויך רעכענען צו די צען פסוקים, ואי סליק עניינא בבציר מעשרה פסוקים, און אויב ענדיגט זיך א גאנצער ענין ווייניגער ווי צען פסוקים, כגון פרשת עמלק, לדוגמא די פרשה פון ויבא עמלק וואס מ'ליינט אום פורים, שאין בה אלא תשעה פסוקים, וואס דאס האט נישט מער ווי ניין פסוקים, איז דאך דא דריי פסוקים פאר יעדן אינדעוידיאלען מענטש, שפיר דמי, איז דאס גענוג און מ'דארף נישט צולייגן קיין פסוקים.
סעיף ב זאגט דער מחבר, אין קורין עם כל אחד פחות משלשה פסוקים, מ'טאר נישט ליינען מיט איינעם ווייניגער ווי דריי פסוקים, איצט זאגט דער מחבר ווי אזוי מ'טיילט איין די קריאה, שנים קורין שלשה שלשה, צוויי פון די קרואים ליינען דריי פסוקים יעדער עולה, ואחד קורא ארבעה, און איינער ליינט פיר פסוקים, ואיזה מהם שקורא ארבעה הרי זה משובח, און דער וואס ליינט פיר פסוקים איז משובח. דאס איז אלעס ווען דער עולה פלעגט ליינען, היינטיגע צייטן, על מיר שוין רעדן ווען מ'עט שרייבן באריכות, עוד יבוא יומו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 22:02 |
|
| |
מחמת פאשטענדליכע סיבות האבן מיר נישט געקענט פארלערנען געהעריג דעם שיעור פאר פרייטאג און זונטאג, אשר על כן, קודם נאט אייך דעם שיעור פאר פרייטאג, די איבריגע עלן באלד נאכקומען בעז"ה.
עש"ק פ' משפטים ס"ו
האלטן מיר סימן קלז סעיף ג, זאגט דער מחבר, אם דלג פסוק אחד ולא קראו, אויב האט מען אויסגעלאזט איין פסוק, און מ'האט דאס נישט געליינט, אם הוא במנחה בשבת או בב' וה', אויב איז דאס שבת ביי מנחה אדער מאנטאג און דאנערשטאג, וקרא י' פסוקים בלא פסוק המדולג, און מ'האט געליינט אין די גאנצע קריאה 10 פסוקים, רעדן שוין אויס די אחרונים, אז די זעלביגע הלכה אויב האט מען נאר געליינט ניין פסוקים, וואו מ'על מיר באלד זעהן אין סעיף ד, און דאס איז נוגע למעשה, הגם ס'איז דא א מחלוקה, ווייל לויט דעם מג"א אין די מסקנא האלט ער נישט אזוי, אבער מיר פסק'ענען ספק ברכות להקל, און אויב האט מען אויסגעלאזט איין פסוק, און מ'האט געליינט פאר איטליכן דריי פסוקים, זאל מען נישט איבערליינען, (לויט די פוסקים אז דאס איז לאו דוקא, איז די סיבה פארוואס דער מחבר זאגט דא עשרה פסוקים, אגב דסיפא, וואס דארט אפילו מ'האט געליינט כ"א פסוקים, דארף מען איבערליינען), אינו חוזר, דארף מען נישט איבערליינען, ואם לאו, אויב איז נישט געווען קיין צען פסוקים, אין די גאנצע קריאה, חוזר, דארף מען איבער צוליינען. ס'איז דא א מחלוקה אויב מ'דארף איבעליינען די גאנצע קריאה פאר דריי עולים, אדער נאר דעם ספעציפישן פסוק מיט נאך צוויי פסוקים דערנעבן, און ווי אויבנדערמאנט, פסק'ענען מיר אז מ'דארף נאר איבערליינען פאר איינעם, מחמת ספק ברכות להקל.
אבל בשבת, אויב פאסירט אזא מעשה אום שבת קודש, אפילו דילג פסוק אחד חוזר וקורא, דאן אפילו אויב לאזט ער אויס אפילו נאר איין פסוק, און די אחרונים רעדן אויס, אז די זעלבע זאך איז אויב האט מען אויסגעלאזט אפילו נאר איין ווארט, ואפילו אחר שהחזיר את התורה ואמר קדיש, און אפילו אויב כאפט מען זיך נאך וואס מ'האט שוין צוריק געלייגט די ספר תורה, חוזר וקורא הוא ושנים עמו, דארף מען איבערליינען דעם פסוק וואס מ'האט אויסגעלאזט, און צו דעם נאך צוויי פסוקים, אויב דערמאנט מען זיך אינמיטן די קריאה אז מ'האט אויסגעלאזט איין ווארט, דאן זאל מען אנהויבן פון אנפאנג פסוק, און מ'ליינט פון דארט און ווייטער, על הסדר, פארשטייט זיך אויב האט מען שוין צוריק געלייגט דעם ספר תורה, דאן ליינט מען נאר דריי פסוקים, דאס הייסט די פסוק וואס מ'האט אויסגעלאזט און נאך צוויי פסוקים, ואפילו הפטיר והתפלל מוסף, און אפילו אויב האט מען שוין געזאגט מפטיר און געדאווענט מוסף, חוזר וקורא, דארף מען איבער צוליינען. אויב האט מען שוין גענדיגט ליינען די גאנצע פרשה, איז דא א מחלוקה צו מ'זאל איבערמאכן די ברכות, מיר פסק'ענען אז מ'זאל יא איבער מאכן די ברכות און ליינען דריי פסוקים. ווי אויבנדערמאנט איז די הלכה אפילו אויב האט מען געליינט כ"א פסוקים אין די קריאה, פאר זיבן פערזאנען, און אפילו אויב האט מען דאס געליינט אין סדר, דאס הייסט אויב האט מען געליינט מער ווי זיבן קרואים, און דעם ערשטן האט מען אויסגעלאזט א ווארט אדער א פסוק, און די אנדערע זיבן האבן געליינט כהלכה, איז די זעלביגע הלכה. אויב האט מען זיך דערמאנט אינמיטן ליינען די הפטרה, דאן זאל מען ווארטן ביז מ'ענדיגט די הפטרה מיט די ברכות, און מ'זאל נישט אריינהאקן אינדערמיט. סיז דא איין חילוק צווישן שבת, און אנדערע צייטן, שבת וואס מ'מעג מוסיף זיין על מנין הקרואים, דארף נישט דער זעלביגער ביי וועמען מ'האט אויסגעלאזט, איבער ליינען, משא"כ בחול, און אנדערע צייטן, דארף דאס יא זיין דער זעלביגער. נאך א וויכטיגע הלכה, אויב איז דער דילוג געווען, ביי פסוקים וואס מ'האט שוין געליינט אום שבת ביי מנחה, און מאנטאג און דאנערשטאג, דאן דארף מען נישט איבערליינען.
פרשת המועדים, די פרשה וואס מ'ליינט אום יום טוב, כמו מנחה בשבת ושני וחמישי, איז די הלכה פונקט ווי שבת ביי מנחה און מאנטאג און דאנערשטאג, וואס דאן אויב האט מען געליינט פאר יעדע קריאה דריי פסוקים, דארף מען נישט איבערליינען, לפי שכבר קראו הפרשיות בשבתות שלהן, וויבאלד מ'האט דאך שוין די פרשיות געליינט אין דעם שבת פון די סדרה וואס ס'שטייט די פרשה וואס מ'ליינט אום יום טוב, כמובן דאס איז דער טעם פארוואס אויב מאנטאג און דאנערשטאג, דארף מען נישט איבערליינען. חוהמ"ס וואס מ'ליינט אין חו"ל פאר דעם מפטיר, צוויי טעג, דאן אויב האט מען בטעות נאר געליינט דעם ערשטן טאג, דארף מען נישט איבעליינען. סיז דא מחלוקה אויב האט מען מדלג געווען א פסוק אדער א ווארט, ביים ליינען מוספים, און מ'האט שוין גמאכט די נאך ברכה, און מ'האט געליינט פאר אלעמען דריי פסוקים, איז דא וואס האלטן אז מ'זאל יא דארפן איבעליינען, אבער מיר פסק'ענען נישט אזוי. אויב האט מען מדלג געווען שבת, אין א פרשה וואס מ'ליינט דאס אין א יום טוב, איז דער פרמ"ג מסופק, אויב מ'דארף איבערליינען, אין תשו' יוסף אומץ, איז מפשט דעם ספק, און ער פסק'עט אז מ'זאל יא איבעליינען, דחיישינן לתרי דלוגי, ווייל מ'האט מורא, אויב וועט מען צוויי מאל אויסלאזן, און די זעלבע הלכה וויל ער זאגן, אויף דעם וואס מיר האבן פריער געפסק'עט אויב האט מען אויסגעלאזט, ביי די פסוקים, וואס מ'האט שוין געליינט, אום שבת ביי מנחה, און מאנטאג און דאנערשטאג, הגם פאר דעם דאיען איז נראה לחלק, אלזא אויב מאכט זיך אזא שאלע, ויסכימו איתי גדולי ההוראה, דאן האלט איך אז מזאל נישט איבעליינען אויף אזא פאל.
סעיף ד זאגט דער מחבר, אם קרא אחד ב' פסוקים, אויב האט איינער פון די קרואים געליינט נאר צוויי פסוקים, צריך לחזור ולקרות, דארף ער איבערליינען, און ליינען דריי פסוקים, און די הלכה בלייבט, אויב האט שוין דער שמש אויסגערופן א צווייטן דאן קען ער שוין נישט איבערליינען, ואם לא קראו בין שלשתן אלא ט' פסוקים, אויב האט מען נישט געליינט אין די גאנצע קריאה, נאר ניין פסוקים, ג' לכל אחד, דריי פסוקים פאר יעדן עקסטער, אינם צריכים לחזור ולקרות, דאן דארף מען נישט איבער צוליינען, (דאס איז דער מחבר מעיר, אויף וואס ער האט געשריבן אויבן אז מ'דארף האבן געליינט 10 פסוקים), וראייה לדבר, פ' עמלק, און א ראי' צו דעם איז די פרשה פון ויבוא עמלק וואס מ'ליינט נאר 9 פסוקים, 3 פאר איטליכן, אבל אם קראו פחות מט', אויב אבער האט מען נישט געליינט קיין ניין פסוקים אויך נישט, צריכים לחזור ולקרות, דארף מען איבער ליינען די גאנצע קריאה.
אויף דעם סעיף איז דא פיל מאריך צו זיין, און דאס וועט נאר זיין אויב עט זיין שאלעס בנידון, וויבאלד להלכה, איז אלעס פארשריבן געווארן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 00:23 |
|
| |
יום א' פ' תרומה ס"ו
האלטן מיר סימן קלז זאגט דער מחבר סעיף ה, אם קרא פרשת פרה, אויב האט מען געליינט פרשת פרה, דאס קומט אויס דאס יאר פון דעם שבת צוויי וואכן, (במאמר המסוגר טוה איך אויסשרייען מיין וויי געשריי, אויף דעם וואס קיינער האט זיך נישט גענומען די מיה און פארגעלערנט הלכות מגילה, סיז דא אזויפיל צו לערנען, נו וואס קען איך טוהן), ופסק בהגר הגר בתוכם, און ער האט זיך אפגעשטעלט נאך פסוק יוד, וואס ענדיגט זיך מיט די ווערטער וְלַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכָם--לְחֻקַּת עוֹלָם. און איז ניט געגאנגען ווייטער, וגלל ס"ת, און מ'האט שוין פארמאכט דעם ספר תורה, -אלע אחרונים שמועסן שוין אויס, אז דאס האט נישט מיט פארמאכן די ספר תורה, נאר דאס ווענד זיך, אין די ברכה אחרונה, וואס אויב האט ער נאכנישט געזאגט די ברכה אחרונה, דאן עפנט מען צוריק אויף און מ'ליינט ווייטער-, חוזר ופותח ומתחיל מראש הפרשה, דאן איז די הלכה אז מ'עפנט צוריק אויף די ספר תורה, און מ'הויבט אהן פון אנפאנג פרשה, סיז נישט גענוג פון פסוק יא און ווייטער, ווייל די קריאה איז בכלל נישט קיין קריאה, רעדן די אחרונים אויס להלכה, און אזוי פסק'ענען מיר, אז דאס איז אלעס אויב האט מען שוין געזאגט קדיש און מ'איז שוין געגאנגען הגבה און גלילה, אויב האט מען זיך פריערט דערמאנט, דאס הייסט באלד נאך דעם ליינען דאן זאל מען נאר אנהויבן פון וואו מ'האלט, און ווי מ'על מיר שוין באלד זעהן, מאכט מען נאר די נאך ברכה ביי אזא פאל, עד תטמא עד הערב, און ער ליינט ביז נאך פסוק כב וואס ענדיגט זיך וְהַנֶּפֶשׁ הַנֹּגַעַת, תִּטְמָא עַד-הָעָרֶב, ומברך לפניה ולאחריה, און מ'מאכט איבער פריש ביידע ברכות. לויט געוויסע פוסקים דארף מען נאר איבערמאכן די לעצטע ברכה אויב איז נאך די ספר תורה געווען אויף די בימה, דהיינו אז מ'האט זיך דערמאנט באלד נאך די ברכה אחרונה, און היות ספק ברכות להקל, זאל מען זיך אזוי פירן. אויב האט מען מדלג געוועזן, אויב איז דאס פון די פסוקים ביז פסוק יב, דאן דארף מען זיכער נישט איבערליינען, אויב אבער פון שפעטער, וואס דאס האט שוין א דין פון חובת היום, דאן זאל מען יא איבערליינען, אויב האט מען שוין געזאגט מפטיר דאן זאל מען עפענען און איבערליינען אהן א ברכה.
סעיף ו זאגט דער מחבר, הקורא בתורה ראשון, אויב האט מען געליינט פאר איינעם לאמיר זאגן פון פסוק א ביז פסוק ד וקרא השני מה שקרא הראשון, און פאר דעם צווייטן ליינט מען איבער פון פסוק א און ווייטער, אם הוסיף על מה שקרא הראשון ג' פסוקים, אויב ליינט מען פאר דעם צווייטן ביז פסוק ז, או אפי' שנים במקום דלא אפשר, אדער אפילו נאר ביז צוויי פסוקים, דארט ווי סיז נישט מעגליך אנדערש, למשל ראש חודש, וואס מ'ליינט איבער פאר דעם לוי איין פסוק פון דעם כהן, און מ'לייגט צו צוויי פסוקים, אותו שני עולה מן המנין, דאן קען דער צווייטער גערעכנט ווערן פאר איינע פון די קרואים, ואם לאו, אויב איז נישט געווען פאר דעם שני קיין עקסטערע צוויי אדער דריי פסוקים, אינו עולה מהמנין, קען ער נישט גערעכנט ווערן פון די קרואים, חוץ מפרי החג, אויסער סוכות, וואס מ'ליינט פאר מפטיר דאס וואס מ'האט געליינט פאר דעם ראשון און שני, משום דלא אפשר, ס'איז נישט מעגליך אויף אן אנדערן וועג. אויב האט מען געליינט שבת פאר דעם שישי ביז דעם סוף פון די סדרה, דאן איז די הלכה אויב האט נאך מען נישט געזאגט קדיש, דאן איז זיכער אז מ'זאל איבערליינען פאר נאך איינעם, און דאן זאגט מען קדיש און מפטיר, אויב האט מען שוין געזאגט קדיש, איז די הלכה, אז מ'זאל נישט אויסרופן קיין שביעי נאר גלייך מפטיר, וויבאלד מפטיר איז מן הקרואים, על פי קבלה זאל מען יא אויסרופן פאר שביעי און דערנאך מאכן מפטיר, אויב איז דא א צווייטע ספר תורה, זאל מען זיך פירן לויט די מקובלים.
תוקן על ידי - סאכדעס - 28/02/2006 16:41:16
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 00:54 |
|
| |
שיעור יום ב' תרומה ס"ו
האלט מיר היינט סימן קלח, שלא לשייר בפרשה פחות מג' פסוקים ובו סעיף אחד, אין דעם סימן על מיר לערנען איבער די הלכה אז מ'טאר נישט איבערלאזן אין א פרשה ווייניגער ווי דריי פסוקים.
סעיף א זאגט דער מחבר הקורא בתורה לא ישייר בפרשה פחות מג' פסוקים, אויב ליינט מען אין די תורה, זאל מען נישט איבערלאזן אין א פרשה ווייניגער ווי דריי פסוקים, מפני היוצאים אז מבהכ"נ שיאמרו העולה אחריו לא יקרא אלא שני פסוקים הנשארים, די הלכה איז געמאכט איבער די מענטשן וואס וועלן ארויסגיין נאך די קריאה, וועלן מיינען אז מ'האט פאר דעם נעקסטן עולה נאר געליינט צוויי פסוקים, וכן לא יתחיל בה פחות מג' פסוקים, און ווי אויך זאל מען נישט אנהויבן א פרשה און זיך אפשטעלן, פאר מ'ליינט דריי פסוקים, מפני הנכנסים אז בבהכ"נ שיאמרו שלא קרא הראשון אלא ב' פסוקים, די הלכה איז פאר די מענטשן וואס קומען אריין יעמאלט אין שוהל זאלן נישט מיינען אז מ'האט פאר דעם פריערדיגן געליינט נאר צוויי פסוקים.
הגה, זאגט דער רמא, ואין חילוק בין פ' פתוחה לסתומה, און די הלכה כאפט נישט קיין נפקה מינה אויב די פרשה איז א פ אדער א ס, ופרשה שאינה רק ב' פסוקים, און אויב איז דא א פרשה וואס האט נאר צוויי פסוקים, מותר לשייר בתחלה ולהפסיק שם, מעג מען לכתחילה זיך אפשטעלן פאר דעם, (תרומת הדשן סימן נ"ד), ויכוין שיתחיל תמיד לקרוא בדבר טוב, ויסיים בדבר טוב, און דער רמא פסק'עט אז דער בעל קורא זאל אויסרעכענען אלעמאל אנצוהויבן א דבר טוב און ענדיגן ביי א דבר טוב, לייגן שוין צו די אחרונים אז דאס איז דוקא א דבר טוב של ישראל, און נישט א גוטע זאך פון די גוים, -און דאס איז נישט סתם א נערוו, נאר דאס איז אן הלכה- (א"ז ומיימוני פרק י"ג מה"ת) וע"ל סימן תכ"ח.
סימן קלט סדר קריאת התורה וברכותיה ובו יא סעיפים, אין דעם סימן על מיר לערנען די הלכות פון די ברכות. סעיף א זאגט דער מחבר, במקום שנהגו שהעולה עצמו קורא בקול רם, דארט וואו מ'פירט זיך אז דער וואס איז עולה דער ליינט, אם לא סידר תחלה הפרשה פעמים שלש בינו לבין עצמו, אויב האט ער זיך נישט פארגעקוקט פאר זיך צוויי דריי מאל, לא יעלה, דאן זאל ער נישט עולה זיין, ובמקום שהחזן קורא, און אויף די מקומות וואס איז דא א בעל קורא, אזוי ווי ביין אונז טאקען, הוא צריך לסדר תחלה, דארף זיך דער בעל קורא זיך פארקוקען צוויי דריי מאל, ומכאן הקריאה יוצאות פאר די אלע זיבעלעך זאלן נישט צוגיין פאר זיי קענען גוט די קריאה,(ב"י).
 |
|
|
|
|
|