פורימדיג;
איך מעק עס נישט אויס, זאל יעדער זען ווי פורימדיג און 'קורצ'זיכטיג דו ביסט...
==
מיין איבערלעבעניש ביים געבן בלוט היינט נאכמיטאג אין קאנטינענטל
אנקומענדיג אהין בין איך מיט דרייסטע שריט אריינגעגאנגען, זייענדיג זיכער ביי מיר אז "איך" דער גרויסער גבור חיל האב זיך נישט וואס צו פארכטן, נע, קליינע בעיביס האבן מורא ווען דער דאקטער געט א נידעל, אבער איך???
אריינקומענדיג האב איך באמערקט אז עס מאנגעלט עפעס אין עסקנים, קיינער האט מיר נישט אויפגענומען ווי עס פאסט (חוצפה...), האב איך געטאן וואס די חז"ל זאגן: במקום שאין אנשים השתדל להיות איש, איך האב זיך אליינס אויסגעטאן דאס מאנטל מיטן רעקל, און צוגעגאנגען צו די אויטאריטעטן און פארלאנגן אן אפליקאציע.
דאן איז איינער צוגעקומען פרעגן אויב איך ברויך הילף אויסצושטעלן דעם גאנצן צעטל מיט זיבעציג פראגעס (בערך), פארשטייט זיך אז איך האב אים אפגעזאגט, איך בין נישט קיין כולל אינגערמאן אדער ישיבה בחור וואס ווייסט נישט אויף וועלכן זייט מען הייבט אן צו ליינען אביסעלע ענגליש..
אגב, רוב חברה דארט זענען געווען כולל אינגעלייט (די ארבייטער זענען דאך אין דער ארבעט געווענליך אין די צייט), נאר איין צוויי מיטליעריגע אידן האב איך דארט באגעגנט.
הכלל, איך פיל אויס דעם פראגע בויגן (רוב שאלות זענען ב"ה נישט נוגע פאר אנשי שלומינו וד"ל), געב דאס צוריק פאר די אינסטאנצן, דאן מעסט מען מיר די פיבער (97 פוינט עפעס), די בלוט דרוק און די ווייסעך וואס, איך שטעל זיך פאר אז אלעס איז גוט געווען, ווייל ווען נישט וואלט מען מיר גלייך אהיימגעשיקט אדער אריינגעפירט...
עניוויי, דער שחור האט מיר געבעטן צוגיין צום טישל און כאפן א גלעזל מאראנצן זאפט, וכן הוה.
דאן איז געקומען אויף מיר די רייע געשטאכן צו ווערן...
המשך יבא - כ'ברויך לויפן צו מנחה-מעריב
 |
|
|