| נשלח ב-28/2/2006 02:16 |
|
| |
דורכפעלער
דער אשכול ווערט געווידמעט לזכות ולעילוי יענע ניק וואס האט מיר געשיקט א תיבה אישית, און אויפן קעפל דערפון ארויפגעשריבן זיין סעלפאון נומער!
די דורכפאל איז געשען דורכדעם וואס ער האט געמאכט זיין פעסווארד זאל זיין די זעלבע ווי זיין סעלפאון נומער, און ביים שיקן די בריוועלע, אנשטאט שרייבן די טעמע, האט ער געשריבן זיין סעלפאון נומער!!!!!!
איך שפיר זיך אזוי שולדיג פאר אים, אז איך ווידמע דעם אשכול לכבודו, זאל דער עולם דא אריינלייגן אלע זייערע פערזענליכע דורכפעלער אין לעבן, זאל עס זיין א צרת רבים חצי נחמה (אדער נחמת שוטים כידוע מפלא יועץ).
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 17:23 |
|
| |
ס'איז א רש"י ערגעץ אין ש"ס, דער פלא יועץ ברענגט דאס נאר צו, איך האב אלעמאל געדענקט אז דאס איז א פלא יועץ, ווייל דאס איז גירסא דינקותא, מיין רבי האט דאס געלערנט מיט אונץ אין חדר, סאו קען זיין אז מיר האבן געלערנט ביי דעם זעלבן רבין, באט שפעטער האב איך מיך געזעצט לערנען, ווען איך בין ארויס פון כולל, האב איך דאס געטראפן אין א רש"י.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 17:37 |
|
| |
סיי מיין אפגעשוואכטע זכרון און סיי תקליטור תורני האבן נישט געפונען אזא רש"י!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 17:39 |
|
| |
וואטס-אפ האט היינט געהאט א דורכפאל: ער האט געזאגט די עקידה מיטן רבונו של עולם פון דערנאך, טראצדעם וואס עס איז ראש חודש.
קיינמאל קיין ערגערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 19:15 |
|
| |
יאנאש האט היינט געהאט אזא דורכפאל,
ער איז געפארן צום באנק דיפאזיטן עטליכע טשעקן, און................................. הא פארגעסן די טשעקס אין אפיס.
קיינמאל קיין ערגערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 15:57 |
|
| |
דער דורעך פאל האט זיך אויסגעצאלט פורים ווען קרעמער האט געניצט מיין אלטע פעסווארד מיך אנציריפען בעצם היום (איך מיין אז ער האט מיך אויך אנגעווינטשען.) אפי' ער האט שוין פארדעם געשיקט א פריסת שלום האט ער נאך אלץ געפילט פאר א פליכט מיך אנציריפען, מיר האבען זיך אינטערגעהאלטען אויפן טעלאפאון מיר האבען געהאט א תורה'דיגע שמיעס, איבער גערעדט א חלק פין תרי''ג מצות
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 21:16 |
|
| |
אזא דורכפאל האב איך יעצט געהאט, מען קען דאס רואיג אנרופן "די מוטער פון אלע דורכפעלער"!
איך האב געהאלטן אינמיטן רעדן מיט 'פענסטער' אויפן טעלעפאן, און 'סאכדעס' רוקט זיך ארויף אויף גוגעל טאלק, איז מיר בייגעפאלן צו מאכן א שמועס פון אלע דריי אינאיינעם, פארוואס נישט?
הכלל, איך געב א דרוק CALL אויף די גוגעל טאלק, און איך ווארט צו הערן פון סאכדעס, דערווייל הער איך נישט גארנישט פון אים.
למעשה האט סאכדעס געדרוקט CALL צו 'פענסטער' און גערעדט צו אים אויף גוגעל טאלק, און איך האב געהערט זיין קול דורכן טרייבל, אבער נישט אויף גוגעל טאלק.
איך האב געשפרינגן פון די הויט, וואס גייט דא פאר ??? איך רעד, ער הערט מיר, און איך הער אים נישט? וויאזוי קען דאס געמאלט זיין?
נישט איך, נישט פענסטער, און נישט דער דיין האבן מיר געוואוסט וואס דא גייט פאר, מען האט פרובירט אויסצופיגורן פארוואס פענסטער הערט יא דעם דיין, דער דיין הערט מיר, איך הער פענסטער מיט דעם דיין דורכן טרייבל, אבער "איך" הער נישט דעם "דיין" אויף גוגעל טאלק.
עס האט גענומען בערך צען מינוט אדער מער, ביז איך האב זיך געכאפט אז מיינע אוירן שטעקער (עירפאונ"ס) זענען איינגעשטעקט אינעם קאמפיוטער, אבער נישט אין מיין אויער...............................................................
דא לאכט מען אויף מיין חשבון...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 16:55 |
|
| |
היינט האט טאגליכט געהאט א געזונטן דורכפאל, איך בין אראפגעקומען היינט פון פליגער צורוק פון דעטראויט מישיגען, אונעם לעגווארדיע לופט פעלד, קומט צו מיר א איזרעלי און פרעגט מיר מיט א האלבן ענגליש, האלבן עיבריט ווי אזוי מקומט אן צום עמפייער סטעיט בילדינג, זאג איך אים פאלאו מיר איך פאר יעצט קיין מאנהעטן און איך וועל דיר ווייזן וואו דו זאלסט גיין, אונז קום מיר אן אויף מאנהעטן, אויף פיפט ביי 27 און איך זאג אים, לך ישר עד רחוב שלושים וארבע, הצלחה, און דריי דיך איבער. (אויף אידיש) און איך דריי מיר אויס צו גיין צו מיין ארבייטס פלאץ, שרייט מיר יענער צורוק אויף אידיש, " אנטשוליגט! איר אויך" ופני טאגליכט חפו.
תוקן על ידי - טאגליכט - 10/04/2006 16:56:33
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 17:05 |
|
| |
טאגליכט; היידפארק האט שוין פארשאפט א בילד וויאזוי דו האסט אויסגעזען אין יענעם מאמענט 
---------- דער דיין האט נעכטן געהאט א דורכפאל ווען יאנאש האט דערווישט זיין ניק און פעסווארד, און פענסטער האט געהאט א שרעקליכן דורכפאל ווען דער בייזוויליגער יאנאש איז באיזה אופן געקומען אויף זיין אידענטיטעט.
נישט בחנם הערט מען לעצטנס אז די אידענטיטעט גניבות האבן זיך פולפאכיג געהעכערט אין די לעצטע תקופות.
צוליב די שרעקליכע טראגעדיע, האט אונזער פענסטער זיך צובראכן די שויבן, און מיר וועלן אים מער נישט זען דאהי, חבל על דאבדין ולא משתכחין.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 19:18 |
|
| |
א מיאוסע דורכפאל, כאב באצאלט די אינשורנס פון די קאר א דאבל פעימענט, אנשטאט באצאלן איינמאל די קאר פעימענט, איצט על יאך שוין באצאלן די אווערדרעפט פאר די באנק.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 19:22 |
|
| |
א מיאוסע דורכפאל שלא נשמע כמוהו מימות מצרים ועד הנה.
איך פאקויף נעכט די חמץ ביי מיין דאיען. פרעגט ער מיר דרך אגב צו איך בין אויך פון זיינע חסידים.
חסידים פון וואו?
פון הייד פארק.
וואס וואו ווען, דערציילט ער מיר אז ער איז דער התאחדות פון הייד פארק!
נישט פאר מיר איז עס א דורכפאל, פאר אים איז עס!
ווייל מיר וועלן אים אינטערהאקן די פיסלעך פון אלע זייטן.
אוקיי, דאס באלאנגט אין פייטינג עריע, איך לויף אהין. כ'האב געזאגט פארן דאיען ער זאל מיך
ווארטן ביים קארנער, ער האט מיר געזאגט ער שיקט זיין אינטער שמש, לאמיך גיין קוקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 20:42 |
|
| |
מיינע דורכפעלער די לעצטע פאר טאג
געקויפט אויפן "פסח יריד" 10 קעסעס סעלצער, עס איז אנגעקומען, אבער איך האב ליב באר מים, און זיי האבן געשיקט "מים טובים". מים טובים האט זייער ווייניג געז.
איך האב מיך גענומען אזוי שפרינגן, איך מיין אז די סעלצער באבעלט שוין..
*
איינגעקויפט אין די לאנגע גראסערי ליסט 23 אראנדזשע'ס, מען האט מיר געבילט 32.
*
מיין בעה"ב האט נעכטן פסח'דיג געמאכט דעם אפיס. איך לעב היינט אויף "לעדי פינגער'ס". א וואונדער איך קוק אזוי אויס...
*
מיין "גראף" האט זיך אויסגעשטרעקט א טויטער... מ'זעהט אים נישט פאר די אויגן
*
נעכטן איינגעקויפט א "קאנוועקשאן אויווען" פאר פסח, שוין אנגעהויבן צו ניצן, ס'פעלט א שטיקל.., גיי רעדט היינט צום געשעפטסמאן, שוין גרינגער צו רייבן 4 מאל מרור.
* מיינע דורכפעלער אויפן בוידעם
אראפגעברענגט די ראָנג באקס. מוזט הערן איר "תגובה": אלעמאל מוזטו אראפברענגן די נישט ריכטיגע באקס!!
א זעץ און קאפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 23:15 |
|
| |
מדה כנגד מדה האט יאנאש היינט געליטן א שטוינענדן דורכפאל!
ער האט מיר היינט אינדערפרי איינגערעדט אז ער ווייסט קלאר ווער יענטאאש איז, איך בין געווארן אביסל צוטראגן, ווייל איך האב זייער נישט ליב קיין אידענטיטעט גניבות, כמבואר דא אויבן אין דעם אשכול.
רעד איך זיך אדורך מיט יענטאאש'ן, א קלוג אידל ב"ה, זאגט ער מיר: טשאלענדזש אים!
אומר ועושה, מיר געבן א פרעג פון יאנאש'ן: נו, געב א שיס, ווער איז יענטאאש?
געט ער א שיס א ראשי תיבות פון א נאמען וואס אפילו אין א"ת ב"ש באטרעפט עס נישט די סופי תיבות פון יענטאאש'עס נאמען!!!
אבער ווי פארשטענדליך וועט ער נישט מודה זיין אינעם דורכפאל, כנוסח יאנאש.
א פרייליכן כשר'ן יום טוב אלע, אן קיין דורכפעלער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2006 09:51 |
|
| |
איך בין געקומען אין אפיס אויסציליידיגן מיין קעמרע, און איך קון אן זעה איך אז איך האב עס געלאזט אינדערהיים.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 17:11 |
|
| |
איך האב געהאט א אומבאשרייבליכע דורכפאל, ווען איך האב ארויס געגעבן מיין איידענטעטי פון פאר איינס פון מיינע חבירים אויף גוגעל טאלק.
יא יא, זיין איידענטעטי האט ער אויך ארויסגעגעבן אימווילענדיג, אבער דעס לאז איך אים שרייבן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 00:31 |
|
| |
וואו אזוי באשרייבט מען אן אימבאשרייבליכע זאך
|
|
|
|
|