מעשה שהיה כך היה א בני ברקער וויזניצער אינגער מאן האט חתונה געמאכט אין מאנסי פאר 2 וואכען צוריק מיט א מאנסי וויזניצער משפחה אין די זאל פין וויזניץ מאנסי אין מיטן די חתונה קומט אריין דער זון פין מאנסי ויזניצער רבי שליט"א הגה"צ ר' אליעזר שליט"א און גייט צו צודעם מחותן פון בני ברק און גיבט עם א ווארעמע מזל טוב און ווינטשט אים אן אלע ברכות ווי ער ענדיגט רופט זיך אן קיינער האט אייך נישט גערופען !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! און ער גייט זיך ווייטער ער זעצט זיך ארויף אויבען אן מאכט א ברכה אין גייט טאנצען מיט דעם חתן דער גבאי האט דאס געהערט האט ער אנגעהויבען צופארפירן א חוצפה אזוי צו רעדען בקיצור עס איז געווארן א ביסל לעבעדיק . דער וויזניצער רבין'ס זון האט באמערקט ארויס גייענדיג אז עפעס גייט פאהר פרעגט ער זיך נאך וואס גייט פאהר . האט מען אים געזאגט . גיבט ער זיך ארוף אן איין מינוט די מעשה איז אזוי דער מחותן פון בני ברק איז מיר אן אלטער חבר פון אסאך יאהרען . ער איז געקומען צו פאהרען צו די חתונה פון זיין זון און ער האט געדארפט א סעליולער טעלפאן האט ער מיר געפרעגט צו איך האב א סעלילער טעלפאן האב איך אים געזאגט יא איך האב אינדערהיים אן איבעריגע סעלילער טעלפאן איך קען דיר עס בארגען אבער טאמער אינער זוכט מיך זאלסטו מיר זאגען און דאס האט ער מיר געזאגט " קיינער האט אייך נישט גערופען "
 |
|