בית פורומים היימישע קרעטשמע

קליפס פון די 2'טע וועלט מלחמה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/3/2006 20:46 לינק ישיר 
קליפס פון די 2'טע וועלט מלחמה

קרעדיט פאר יאנאש
http://video.google.com/videosearch?q=united+archives



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/3/2006 22:21 לינק ישיר 

לאמיר ענק פארציילן וויאזוי קרעמער האט זיך דערשלאגן צו די דאזיגע לינקס וואס יאנאש האט געטראפן.

ווי יעדער ווייסט וויל יאנאש זייער שטארק קריגן דעם אפענעם פאסטן פון ראש הקהל, מוז דאך יאנאש ווייזן אז ער טויג זיך צו עפעס, און זיך לערנען אביסל פאליטיק (ווי סאכדעס האט פארגעשלאגן), האט יאנאש זיך דערשלאגן צו א פלאן, אבער לייגט גוט צו קאפ.

אזוי ווי לעצטנס איז זייער שטיל דא אינעם קרעטשמע, יאנאש קען ממש שטיין שעות ארוכות נישט האבנדיג וועמען צו סערווירן, האט יאנאש געמאכט אביסל ריסערטש ווי מען קען זיך שאפן אזא כלי מיט אינטערנעט צו טרעפן עפעס אינטערסאנט, און יאנאש האט אויסגעפונען אז ממש דא אינעם קרעטשמע האט זיך קהל לעצטנס איינגעשאפט אזא קאמפיוטער מיט אינטערנעט (ל"ע) ווען יאנטאאש איז נאך געווען ראש הקהל און נישט געהאט וואס צו טאן מיט די איבעריגע געלט.

האט יאנאש געווארט אויף א רואיגע מינוט, און זיך פארשאפט עפעס אן אלטן פיק סעט, זיך ארויפגעשלעפט די אלע טרעפן, צוגעלייגט אן אויער צום טיר, געהערט אז עס ליידיג, אויפגעפיקט די שלאס, און אויפגעפראלט דעם אלטן טיר.

יאנאש האט געמיינט אז ער פאלט ממש צוזאם, הערט א מאנסע, יאנאש סערווירט אונטן דעם עולם מיט אלטע האלצערנע גלעזער, פון -מיט יארן לאנג- שטויב אנגעלייגטע פעסער, און דא א מין פארגעשריטנהייט,  29 אינטש פלעט פענעל סקרינס, ווייערלעס מייזלעך און קי בארדס, ספיקערס אזש אויפצוועקן א שטאט (אין קעיס פון א האריקען אפשר), און נישט דייל אפ, אה, פארוואס זיך שפארן געלט, נאר ממש די בעסט אפ די בעסט  זיי רופן דאס T1 פאר גאדס סעק וואס פעלט דאס אויס.

אזוי ווי נישט ווי איז יאנאש שנעל געקומען צו זיך, אויסגעלאשן אלע איי'ס, זיך צוגעריקט א בענקל, און אנגעהויבן שוועבן אויף די נעץ ווי א פיש און וואסער, אנהויבנדיג פון אנהייב פון פארשריבענע פאליטיק, איבער געקוקט וויפיל קליפס פון מלחמה סטראטעגיע וואס יאנאש האט געקענט נאר טרעפן, זיך פארשריבן נאטיצן, געענדיגט האט יאנאש זיכער געמאכט אז די היסטערי פונעם קאמפיוטערווערט לער, פארלאשן די קאמפיוטער, צוריק אנגעצינדן די אויגעלעך וואס היטן די סודות אזוי געטריי, ארויס און צוגעשלעפט טיר און ריגל.

און געמיינט האט יאנאש אז די מאנסע וועט זיך אזוי ענדיגן.

אבער יאנאש האט געמאכט א ביטערן טעות, יאנאש האט נישט געוואוסט אז די קהילה ווייסט נאך נישט פון א זאך ווי ג'נעט, מוז מען דאך אבער עפעס שמירה האבן, נוצט נאך קהל די אלטע פראגראם ריפארט יאר איי'ס (ווער דענק נאך), און צו וועמען מיינט איר ווערן אלע אקטיוויטעטן באריכטעט אויב נישט צום אלעמען באליבטן קרעמער באטשי.

נא, פון דא איז שוין איבעריג צו פארציילן וואס איז פארגעקומען, קרעמער איז געווארן ווילד, געמיינט האט ער אז ער איז דער איינציגסטער וואס לויפט, איי יאנאש לויפט אויך, וואס וועט שוין יאנאש קענען פארקויפן, און דא אזא פאנטשער, דער יאנאש ווערט מיר געלערנט, האט זיך אנגעהויבן די געווענליכע דרוק, ער האט אריינגעמישט ווער נאר מעגליך, און יאנאש האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה נאר ארויסגעבן אלע אויפטרעפן וואס יאנאש האט נאר געפונען אין אפיס, מיטן צוזאג פון קרעמער אז ער וועט דאס נישט ארויסגעבן פארן פאבליק, נאר ער ברויך עס פשוט אויך צו ווערן פאמיליער מיט די טאקטיקן וואס יאנאש קען ניצן ביים קאמפיין.

יעצט זעט אבער יאנאש מיט וועם ער האט צוטאן, דער קרעמער טוט זיך וואס ער וויל, האלט נישט איין קיין צוזאגן, וויל יאנאש אויסשרייען הויך "איך וועל מיך נישט לאזן פירן פון די געמיינע חברה, איך וועל האלטן די וואפן ביז ווען די קרעמער פארטיי וועלן זיך מודה זיין, און זיך אנטשולדיגן ברבים".

עס איז נאר צום האפן אז די ווארעמע ווערטער פון יאנאש'ןס טיפע הארץ וועלן אויפטון דאס זייער'יגע, און עס וועלן זיך אויפהערן די שמוציגע זאכן פונעם קרעטשמע ווי אומשנעלסטן.

א פרייליכן אדר

תוקן על ידי - יאנאש - 01/03/2006 22:27:40



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2006 05:15 לינק ישיר 

טייערער יאנוש;

עס קוקט אביסל אויס ווי דו אטעמסט אפ פון א שווערע פליכט וואס איז אויף דיר געליגן, איך ווייס נישט אויב אין קרעטשמע אדער אביסל ארויסציהר, אבער פון דיין לאנגע ארטיקל שרייט ארויס: איך האב יעצט אביסל מער צייט ווי געווענליך, און איך פלאניר דאס אויסצוניצן משמח צו זיין דעם עולם לכבוד חודש אדר!

וויל איך דיר זאגען: האסט געמאכט א גוטען ארבעט מיט אט דעם ארטיקל, און אויב אויפנעמען דיר אלס ראש הקהל וועט אונז ברענגן אין צוקונפט נאך אזעלכע און ענליכע ארטיקלן, טוה איך דיר אינדארסירן פאר דעם ראש הקהל אמט!

אגב, אז מען רעדט שוין, דיזע קליפס זענען זייער שיין, פיין און וואויל, אבער - ווי איך האב שוין אויפגעברענגט ביי א געמיינזאמע גוגעל-טאלק געשפרעך - איך ציטער פון די וואס באנוצן זיך מיט דזשעי-נעט, וואס פון זיי איז פארמיטן פון צו קליקן אויף אט אזעלכע גוגעל ווידיאו'ס, זיי קענען דאך אונז די ציין ארויסרייסן פארן אויפרייצן מיט אזעלכע שיינע סחורה.

דאס זעלבע איז גילטיג פאר מיר אליין, איך ברענג אויך צו פון מאל צו מאל אזעלכע גוגעל ווידיאו קליפס, אבער איך שפעקוליר שטענדיג אויב איך בין נישט עובר דערמיט אויף לא תנגרו... מען טאר נישט מאכן יענעם נייגעריג... אדרבה, איך וויל הערן פון די חשוב'ע דזשעי-נעט נוצער אויב זיי ווערן פארקלעמט זעהנדיג אזעלכע סארט לינקס, אדער אפשר קענען זיי אפילו קליקן דערויף און זיך באטייליגן אין אונזער שמחה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/3/2006 00:34 לינק ישיר 

קרעמער

איך האלט אז מען דארף נישט לייגן קיין לינקס צו גוגל ווידיאוס, טאקע וועגן פארוואס דארף מען טאקע נייגעריג מאכן די אלע וואס האבן די זכי' צו האבן דזשעי נעט .

ליידער קען איך צוליב א געוויסע סיבה נישט האבן דזשעי נעט, אבער ווי נאר איך ווער געוואר פון א סייט וואס דזשעי נעט לאזט נישט אריין ווי גוגל און יאהו אימעדזשעס אדער ווידיאוס אדער אפולי די געהעריגע הייד פארק, ריף איך אריבער מיין טעקנישאן איך בעט אים ער זאל עס ביי מיר אויך בלאקן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/3/2006 00:57 לינק ישיר 

איך האלט אזויווי 3X0 אז מ'זאל נישט לייגן אזאכע קליפ'ס וואס דזעי-נעט באנוצער קענען נישט זען.

אויב האט איינער ממש נישט וואס צו טין, קען ער דאונלאודען די ווידיאו פון גוגל און עס אפלאודען אויף "יו סענד איט" אדער וואטעווער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2006 02:06 לינק ישיר 

אזאנס+יאנאש+קרעמער+איך קען נישט קיין פאליטיק אבער לויט ווי פיל איך ווייס יא קיקט עס אויס וואו וואטער געיד איך מיין עס וועט זיך אויסלאזען מיט פיטשעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/3/2006 10:43 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין פון ג'יינעט,

א חכם האט אמאל געזאגט,
אין הימל וועט מען נישט רעכענען דאס אז דו האסט געהאט זשעי נעט.
מען וועט אבער רעכענען יעדעם מאל וואס די שווארצע פענסטערל איז ארויפגעקומען ...!!
access denied



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2006 20:12 לינק ישיר 

קנאי;

איך מיין אז די קענסט נישט יאנאש און אוודאי נישט קרעמער, אויב די קענסט אפילו אונז חושד זיין אויף אזוינס, צו טיילן פעטש.

אויב האסטו באמערקט האט זיך די קאמפיין אויפגעהערט נאך פאר עס האט זיך אפילו אנגעהויבן, קרעמער האט שוין אינדארסירט יאנאש, און קיינער אנדערש לויפט נישט, ממילא איז שוין יאנאש א זיכערער געווינער.

יאנאש ווארט נאר פשוט אז יענטאאש זאל אפיציעל אפטרעטן, און גלייך נאכדעם וועט זיך אנהייבן די טראנזישן, (דהיינו: יאנאש ראה"ק, קרעמער שמש) עס האלט זיך שוין אינמיטן פארמירן א טיעם עס אנצופירן.

ביי די וועי;

מען האט שוין באשטעלט נייע טישן פאר'ן קרעטשמע, ווי פארשפראכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/3/2006 20:32 לינק ישיר 

ח''ו זיי מיך נישט חושד איך קיין איינעם נישט
נישט פעטש האב איך געמיינט איך האב געמיינט אפיטשמענטס אז מוועט אימווארפען דעם געווינער ציליב זיך אינטערהערן אן גערעכטיגקייט דעם אפוינענטס קאמפיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 17:11 לינק ישיר 

דריי מאל גארנישט

די קענסט שוין בלאקען msn images ווייל דזשעי נעט האט עס שוין אויך געבלאקט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/3/2006 19:14 לינק ישיר 

וואטס אפ

יישר כח.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קליפס פון די 2'טע וועלט מלחמה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext