בית פורומים היימישע קרעטשמע

די גרעסטע סכום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2006 16:29 לינק ישיר 
די גרעסטע סכום

עס קומט דאך דער הייליגער יום טוב פורים, וואס א גרויס חלק פונעם עבודת היום איז מתנות לאביונים און סתם צדקה פאר כל הפושט יד.

איז אין פלאץ אנצופרעגן דעם חשוב'ן עולם: וואס איז געווען די גרעסטע סכום געלט וואס איר האט אויף איינמאל ארויסגעגעבן פון די קעשענע פאר א צדקה צוועק?

==
איך האב שוין איבער 3 מאל געגעבן אן אלף'ל אויפאיינמאל.

פונקט די וואך האב איך געגעבן פאר איינעם - אזוי נישט מיר נישט דיר - חמש מאות.

איך האלט אינמיטן אויסרעכענען וויפיל איך געב יערליך פאר די אלע מוסדות און ארגעניזאציעס ווי "חברה הצלה" און דאס גלייכן, וואס קאסטן ווי א מארטגעדזש כך וכך דאלער א יאר, עס קומט אויס צו שווערע געלטער א יאר.

איך קען באשטיין צו הערן פון אנדערע אויב איך האב שוואכע השגות, אדער איך בין א פילאנטראפ. אדרבה, לאזט הערן אייער מיינונג, און וויפיל איר האט שוין אויסגעגעבן אויף איינמאל פאר צדקה.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/3/2006 16:33 לינק ישיר 

שכר לימוד counts?
איך האב באצאלט מיין התחייבות פאר אינזער קהילה נאך 5 יאר זיין א מעמבער עס איז אויסגעקימען מער פין א אלף אבער dos it count?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 17:06 לינק ישיר 

אלס א ישראלדיקער, זענען מיינע באגרייפונגען אין די סומעס פון אייך אמעריקאנער אין יענע עק וועלט גאר קנאפ.

מען דערציילט, אז א מאל פורים, האט זיך  א בריסקער בארימט אין שיל, אז ער האט זוכה געוון מקיים צו זיין די מצוה פון מתנות לאביונים מיט גרויס הידור, צוליב דעם וואס ער האט געפונען אן אמעתן ארעמאן, א גרויסער ניצרך.

האבן אים די חברים געפרעגט: ווער איז דער ארעמאן? אויך אונדז ווילן מקיים זיין מיט אים דעם מתנות לאביונים.
איים סארי, האט ער זיי געענטפערט, אז איך וועל אייך אויסזאגן ווער ער איז, און אלע וועלן אים גיבן מתנות לאביונים, וועט ער שוין נישט זיין אזא גרויסער ארעמאן, און איך וויל אים אפהיטן פאר מיר אויך אויף איבעראיארן, כדי כ'זאל קענען ווידער מקיים זיין די מצוה מיט הידור.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 17:27 לינק ישיר 

קנאי;

שכר לימוד קען מען לכאורה נישט רעכענען, קודם כל איז עס נישט איינמאל א יאר (גראדע ווען מען צאלט איין אנהייב יאר אויף א גאנץ יאר, געבן געוויסע מוסדות א הנחה פון כך וכך פראצענט), נאכדעם איז דאך דאס אן התחייבות, נישט קיין צדקה.

מעמבערשיפ? לכאורה קען מען דאס אויך נישט רעכענען, פונקט ווי מען קען נישט רעכענען וויפיל דו צאלסט פארן טיקעט צום יענקי געים...

===
ר' מטות;

אדרבה, מיר ווילן הערן פון אייך - ארץ ישראל אידן - וויפיל איז א דורכשניטליכע נתינה ביי אייך? וויפיל הייסט געגעבן למעלה מכפי יכולתו? וואס איז דער גרעסטער סכום וואס איר האט געגעבן אויף איינמאל פאר צדקה (אויסער פאר די אידענע).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/3/2006 18:20 לינק ישיר 

ר' קרעמר.

אין ישראל איז מען זיך נוהג צו שטעלן צום משלוח מנות פאר די מלמדים פון די קינדער א קאנווערט
מיט א נתינה. כאטש הונדערט שקלים פאר יעדן מלמד פון יעדן קינד אין חיידער.

אויסער דעם און אויסער די נתינה פארן פערזענלעכער רבין, (ביי מיר איז דאס 300 שקלים) זענען דא די אגענטן פון די היימישע מוסדות, אינסטיטוציעס, גמ"חים, און ת"תים, (ביי מיר קומט דאס אויס, מער-ווייניקער 700-800 שקלים) און דערצו נאך האלטן אין איין קומען "פארשטעלטע דעלעגאציעס" וואס זאמלען פאר פארשידענע צוועקן,
(ביי מיר לאזט זיך דאס אויס מיט נאך דריי הונדערט שקלים).

פון אזא פורים ווער איך אזוי אויסגעפליקט, אז איך דארף שוין חלילה, כמעט אליין גיין איבער די הייזער...



 

תוקן על ידי - mates1 - 08/03/2006 18:27:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2006 18:52 לינק ישיר 

אלזא - ר' מאטעס - לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל:

פארן רבי'ן שליט"א = 300
מוסדות התורה והחסד = 7/800
פארשטעלטע שנארערס = 300
קינדער'ס מלמדים = תלוי וויפיל קינדער מען האט, לאמיר זאגען אויב איר האט 3 קינדער = 300

סך הכל: 1,600/1,700 שקלים

עס קומט אויס פארן אומוויסנדן אמעריקאנעם ווי אן אבנערמאלען סכום.

אבער איך האב אנגעפרעגט מיין חבר פון א"י וויפיל דאלער עס ליגט אין דעם חשבון, האט ער מיר געזאגט אז 100 שקלים איז בערך 21 דאלער.

יעצט מאך דעם חשבון: 17 מאל 21 קומט אויס פונקטליך 357 דאלער...

======
לאמיר זען וויפיל דער פורים קאסט אפ פאר א דורכשניטליכן אינגערמאן אין ניו יארק:

פארן זיין רב אדער דיין (אדער רבי) = 100
קינדער'ס מלמדים = 50 / 100
באס דרייווער = 25
באס רבי = 20
מיידלעך'ס לערערין = 20
געלט גייער'ס פורים צופרי אין די שוהלן/מתנות לאביונים = 50
צדקה במשך יום הפורים = 150 / 200 (אויב מען געט פאר יעדן לכה"פ א דאלער)

סך הכל פאר א דורכשניטליכע אינגערמאן מיט 3 קינדער: 600 דאלער

כמעט דאפעלט ווי א ארץ ישראל איד!

[מאביל'ס וואס קומען ארויף איבערדרייען דעם שטוב (דאס איז נאר פאר נגידים) קאסטן צווישן 20 / 100]



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/3/2006 18:59 לינק ישיר 

ר' קרעמער, איך הייב אן האבען דרך ארץ פאר דיר, אזוינע שיינע נתינות
וואס איז דיין אדרעס. איך וועל מיר אנטוען א מאסק און קומען נאך א נדבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 19:09 לינק ישיר 

נאטורליך;

פאר איין נארישע דאלער ביסטו גרייט צו שמעקן די גערוך פונעם מאסק און זיך דערשטיקן דערין?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/3/2006 19:19 לינק ישיר 

איך גלויב אז די וועסט מיר געבען א שענערען מתן בסתר. איא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > די גרעסטע סכום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext