@@@פורים צעטלעך@@@
אין יעדע נארישע קהילה (און וועלכע קהילה איז נישט נאריש?) איז איינגעפירט אז איינמאל א יאר צולאזט מען זיך אפיציעל (אויסער די אומאפיצעלע אויסברעכענישן פון קריגערייען און טענה'רייען אינערהאלב די קהילה וואס שפראצן ארויס דא און דארט, בפרט ביי שלש סעודות און אנדערע זמנים וואס זענען מוכן לפורעניות..), און דאס איז די וואך פון פורים, קיינער ווערט דאן נישט געשוינט, אנגעהויבן פונעם רב ביזן רעבעצין, פונעם שמש ביזן ערל וואס רייניגט די מקוה, אויף יעדן איז דא א גוט ווארט און מען האלט זיך נישט איין פון עס ארויסברענגן בכתב אדער בעל פה.
איך ווידמע דעם אשכול פאר אזעלכע סארט צעטלעך, יעדער וואס באמערקט אזא צעטל אין א שוהל, איז מכובד דאס אראפצורייסן... און אריינסקענען אהער.
יישר כח!
|
|