*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
המן ווי מיר ווייסן, איז געהאנגען געווארן פסח. דאס איז מיר
שטענדיק געווען א רעטעניש, פאר וואס האט מען געווארט מיט
דער תליה ביז פסח.
לעטסנס בין איך געוואויר געווארן די סיבה דערפון, און וואס
פינקטלעך איז דארטן אין שושן פארגעקומען. די מעשה איז
געווען אזוי:
פורים, באלד נאכן גרויסן נס, בשעת המן איז געשטאנען אן
אפגעגאסענער פון זיין ווייב זרש, האט מען אים א כאפ געטון,
געבונדן און געפירט צו דער תליה. טויזענטער יידן זענען זיך
צונויפגעקומען, אלץ איז שוין געווען צוגעגרייט. פלוצלינג האט
זיף צוגעשטופט צו מרדכי עפעס אן עסקן און אים געזאגט אז
עס איז א וועלטס מנהג, אז פאר מען פירט אויס א טויט-אורטייל,
פרעגט מען דעם פארברעכער וואס איז זיין לעצטע בקשה. האט
זיך מרדכי געווענדעט צו המנ'ן און אים געפרעגט: זאג נאר,
המן, וואס איז דיין לעצטע בקשה? האט המן געענטפערט: איך
וואלט זייער געוואלט עסן אן ארבוז ((water melon פארן
טויט. מרדכי איז דערשטוינט געווארן. וואס איז מיט דיר, המן?
-האט ער א זאג געטון- ביסט צעחושט צי וואס? פון וואנען
זאל איך דיר ברענגען אן ארבוז אין מיטן חודש אדר?. מאכט
נישט אויס, האט המן געענטפערט, איך האב צייט, איך קאן צו
ווארטן.
האט מען צוגעווארט ביז די ארבוז זענען געווארן רייף. אהער
אהין, איז שוין געווארן פסח.
דאס האט מיר דערציילט צוריק מיט א פאר וואכן א פארלעסלעכער
ייד, א געבוירענער פון שושן וואס איז געווען דערביי. דער ייד האט
נישט לאנג עולה געווען קיין ארץ ישראל.