די וואלן אין מדינת ישראל
די רעזולטאטן זענען ווי פאלגענד:
קדימה (די פארטיי פון דעם האלב פארשטארבענעם אריק שרון, וואס ווערט יעצט געפירט דורך דעם אינגאנצן פארשטארבענעם אומכאריזמאטישן אהוד אולמערט) איז ארויסגעקומען די שטארקסטע, מיט בערך 32 מאנדאטן צום טריפה'נעם כנסת.
עבודה (די ארבייטער פארטיי פון שמעון פערעס) איז אריינגעקומען די צווייטע, מיט 22 מאנדאטן.
ליכוד (די פארטיי פון ביבי נתניהו, זינט אריק שרון האט אפגעפיצט און געגרינדעט די קדימה פארטיי) האט שטארק פארלוירן און איז אריינגעקומען מיט אינגאנצן 11 מאנדאטן.
ש"ס (די פארטיי פון די ספרדים) האט געפייערט א שטיקל זיג (איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס) ווען זיי האבן געווינען 11 מאנדאטן בערך.
יהדות התורה המאוחדת (די באקאנטע "ג'", אגודה, דגל, און נאך) 5 מאנדאטן.
|
|