בית פורומים היימישע קרעטשמע

א נאמען פאר מיין נייע בוך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/3/2006 00:19 לינק ישיר 
א נאמען פאר מיין נייע בוך

חאחאחחאחאחאחא צולאכט ער זיך הויעך אויפן קול...

מיט גרויזאמע טריט גייט ער גרויזאם צו צום טיר, און פארשליסט דאס מיטן ריגל, א רויטער און אנגעבלאזענע לויפט ער צו צו די פארזאמעלטע:

חחאחאחאחאחחאחאחאח!!!!!!!!!! איר וועט אלע קומען מיט מיר!

ווער וואו וואס ווען?

אט דאס וועט איר אלע ליינען אין די נייע בוך "דער גרויזאמער כישוף אויג"

פון וואס רעדט מען, נאך א הערי פאטער אויף די מארקעט? ניין, ווייט פון דעם!

איך רעד דא פון א א מיסטעריעזע בוך וואס איך וויל עס זאל ארויסקומען, און איך האב נישט קיין נאמען דערויף. ווי אויך האב איך נישט קיין ווערטער וואס צו לייגען אין בעק.

איך גיי אייך נישט דערציילן וואס עס שטייט אינעם בוך, ווייל עס וועט שוין נישט זיין אינטערסאנט.

שרייבט נאר וואס איר וואלט געקענט באשטיין צו זעהן אין די הינטערשטע חלק פונעם דעקל אויפן בוך.

און אויך וויאזוי דער בוך זאל הייסן.

און אויך אויב מעגליך א בילד וואס מען קען לייגן אויפן דעקל.

תוקן על ידי - גרויזאמער - 30/03/2006 0:19:41



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 00:25 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די מוציאי לאור ווילן דאס ארויפלייגן, שטעלט איר זיך דערקעגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 00:25 לינק ישיר 

האסטעך שוין געשריבען א נאמען אבער ווילסט הערען פון מיך ?

"גרויזאמע אנגעבלאזענע משיגענע"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 02:10 לינק ישיר 

"קרעמער" עפענט אויף א פריש בלעטל אינעם אינטערנעט עקספלאורער, ער וויל זיך איינשרייבן אינעם היידפארק וועבזייטל, ער ענדיגט אריינשרייבן זיין געהיימניספולן פעסווארד, פלוצלינג קומט אים אקעגן א מעלדונג אז ער האט 12 נייע בריוועלעך...

וואס וויל מען פון אים? ווער זענען אט די 12 ניקס וואס האבן פלוצלינג באשלאסן זיך צו ווענדן צו אים נאך הילף?

ווי ערשטוינט איז ער געווארן זעהנדיג אז אלע בריוולעך קומען גאר פון דעם זעלבן ניק! און אלע ווי איינס פארמאגן גארנישט קיין אינהאלט...

פון די קעפלעך אליין האט ער צוזאמגעשטעלט אינפארמאציע, וואס נאך א גרינטליכע אויספארשונג ווערט ער געוואויר אז ער איז דא גאר אריינגעפאלן אין א פאסטקע פון וואס עס איז אים שווער זיך ארויסצוזען.

שווער? אפשר פאר א צווייטן, אבער נישט פאר דעם ערפארענעם "קרעמער". ליינט מיט שפאנונג ווי דער מייסטער היידפארק שרייבער דרייט זיך ארויס פון א אומנאטורליכן שווינדל וואס איז געוועבט געווארן אקעגן זיין קרעטשמע...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/3/2006 04:03 לינק ישיר 

יענע נאכט האט זיך נישט דערקענט עפעס ספעציעל אינעם גרויסען הייד פארק קאמפלעקס אין לאנדאן, מענטשן פון אלע שיכטן פונעם לאנדאנעם פאלק האבן זיך קווארטירט דארט און פארנומען די זיץ פלעצער פאר מיטונגען, דרשות, און סתם פלאפלערייען.

מר. אבישי שפאצירט געמיטלעך נישט ווייט פונעם ספיקער קארנער, קוקט זיך אום ווי זיין שטייגער פארהאלטמעסיג רואיג, קיין פארבייגייער וואלט אויף דער וועלט נישט אויפגעכאפט אז אט דער געהיימער פארשוין טראגט אונטער זיך א גאנצע לאסט פון אלקאהאלישע און דראגס היסטאריע. און פארוואס דען יא? אפילו זיינע גאר נאנטע האבן פון אים נישט ארויסבאקומען אט דעם געהיימניס וואס עס שטעקט אונטער זיין  מיסטעריעזע צינישקייט.

מר. אבישי האט זיך שוין טרענירט אויף זיין מיסיע אין זיין יוגענט, זייענדיג פארלוירן און אנטוישט פון די אידישע רעליגיע האט ער זיך אריינגעגעבן אלץ א שלאפעדיגע אגענט אין די כישוף אויג גרופע. דאן ווען די גרופע איז נאך באשטענען פון צען האבן זיי געזען אין מר. אבישי א גלענציגע שאהיד צוקונפט פארן גרופע. מר. אבישי האט אין זיין קורצע עפאכע באוויזן ארויפצורוקען די גרופע צו א מערהייט פון נאך דרייסיג מעמבערס, טראץ וואס די אר עי עס געזעלשאפט האבן געוואוסט אויף זיכער אז אלע דרייסיג באשטייען פונעם זעלבן פארשוין מיט אנדערע צונעמען.

יעצט 15 יאר שפעטער שפאצירט ער ארום זייענדיג גרייט אויף די "אפעראציע אידישע וועלט" וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף אים דורך נישט קיין אנדערע ווי מר. רעדאקטער די הויפט פון די גרופע.

מיטאמאל שפירט ער א שטארקע האנט אויף זיין איקסל.

מר. אבישי וועלכע האט טאג טעגליך מיטגעוואוינט די שרעקעדיגסטע סצענעס זייענדיג פארמישט אין די געהיימניספולסטע מיסיעס פון די כישוף אויג גרופע, האט זיך נישט פארלוירן און האסטיג ארויסגעשלעפט דעם רעוואלווער פון זיין ארבל.

"ציה צוריק פונעם געשעפט איידער די באצאלסט מיטן קאפ" הערט זיך די קול גלייך פון יענעמס מויל צו זיין אויער.

"קיין צוריקציה וועט נישט צושטאנד קומען!"

"אויב אזוי נאדיר...."

..........




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 04:20 לינק ישיר 

אין יענעם מאמענט וואס דער מיסטעריזער שיסער האט פארענדיגט ציען דעם צינגל פון זיין סעמי-אויטאמאטישן ביקס ארויסלאזנדיג א שארפן קויל וואס קען לעכערן די שטארקסטע באדי-ארמאר, דערהערט זיך א קראך, דער שיסער איז אנידערגעפאלן טויט אויף דער ערד.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז מר. אבישי האט גאר איבערגעקלוגט דעם יעניגן פארשוין, און האט זיך אנגעטאן א דריי פאכיגן שוץ פאנצער וואס איז נארוואס ערשינען פון די וויקיפידיע פירמע, וואס ווען עס דערשפירט די היץ פון א קעגנפליענדע קויל, געט דאס א שיס ארויס אזא סארט מאגנאט וואס שטעלט זיך מיטן רוקן צום קויל, און פאראורזאכט אז דער קויל זאל מאכן א 360 דעגרי דריי, גלייך צוריק צום הארץ פונעם שיסער.

א פאלמעסונג אויפן קרבן האט געוויזן אז דאס איז געווען א טרויעריג באקאנטער פארשוין מיט א שמוציגע פארגאנגענהייט, ער פלעגט באלעסטיגן יונגן און מוידן אין די אכציגער יארן, קיינער האט נישט פארלאזט קיין טרער אויף דעם פרישן קבר, און מר. אבישי איז ארויס א העלד, אן קיין קריץ אויף זיין אנצוג.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/3/2006 05:22 לינק ישיר 

מר, אבישי איז גלייך נאך דעם אינצידענט צוריקגעגאנגען צום הויפטקווארטיר פון "כישוף אויג". דער ערפאנער מר, רעקדאקטער האט אינסטינקטיוו באמערקט אז מר, אבישי איז דורכגעגאנגעןן אן איבערלעבעניש אבער האט נאכנישט אויספיעט געוואור צו ווערן די איינצעלהייטן. ער איז גלייך צוגעטרעטען צום ענין , אויסלאזנדיג דעם געווענליכן 'אגוטן טאג'.

ווער איז עס געווען ? האט ער געפרעגט מיט נייגער.

אה, נישט מר, ראזעדין אליינס, ער האט זיך באנוצט מיט אן אומערפארענעם אגענט.

בוסטו זיכער אז ס'יז נישט געווען ער אליינס ?
וייל היינט צופרי האט מיר ארטור געמאלדן אז מר, ראזעדין האט פארלוירן צוויי פון זיינע אגענטן ?

יא זיכער. מר, ראזעדין וועט נישט אונטערנעמן קיינמאל קיין אקציעס אליינס.
דער פארשוין איז געווען אלעקס דער גרויזאמער וואס האט דאס מאל נישט געהאט קיין מזל, ווייל 'דאס', דערביי צייגנדיג אויף זיין נייעם כישוף וועסטל, האט אים אוועקגעלייגט.

                                  *   *   *   *   *

מר, אבישי איז ארויס פון אפיס, ער האט גענומען דעם עלעוועיטאר אראפצוגיין צום לאבי. ווען מיטאמאל האט זיך דער עלעוועיטער אפגעשטעלט ביים דריטן שטאק, צוויי הויכע פארשוינען זענען אריין און זיך געשטעלט ביי די צוויי זייטן פון מר, אבישי. נאך איידער דער טיר פון עלעוועיטאר האט זיך פארמאכט האט מר, איבשי נאך אויספיעט צו אויפכאפן מיט זיין געניט אויג ווי נאך צוויי פארדעכטיגטע פארשוינען ווארטן אויפן דריטן שטאק. זיין מוח האט אנגעהויבן פיבערהאפטיג צו ארבעטן וויאזוי זיך ארויסצודרייען פון דעם פאסטקע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 16:06 לינק ישיר 

מר. אבישי האט פארזיכטיג אבזערווירט יעדע באוועגעונג פון די צוויי, אנערקענענדיג אז ער איז דא ווארשיינליך ווידער אריינגעפאלן אין א טיפן פאסטקע. 'און מעגליך ערגער ווי אין הייד פארק' האט ער געקלערט צו זיך.

די צוויי פארשוינען האבן צווישן זיך גערעדט עברית, א שפראך וואס איז געווען פאר מר. אבישי ווילד און פרעמד. מר. אבישי האט פראבירט אויפצוכאפן פון זייערע תנועות אויף וואס זיי צילן.

די טיר פונעם עליוועיטער האט זיך טאקע שוין פארמאכט, אבער מר. אבישי געפונט זיך יעצט אין א פארלאשסענעם עליוועיטער וועלכע האט זיך נאכנישט גערירט פאר די לעצטע פינף מינוט.... מר. אבישי'ס גלידער זענען געווארן ווי פארלאזירט באמערקענדיג עפעס אויף וואס ער האט זיך נישט געראכטן.

"העלאו סור, איר פלאנט צו גיין ווייטער פון דא?"

"עס איז שייך צו פארהאנדלען אויב די ווילסט" האט זיך איינע פון זיי אנגערופן, ווען הערשט יעצט האט מר. אבישי באמערקט זיינע ריזיגע באק ציינער וואס וואלטן אים געקענט איינשליגן הונדערט און איין מאל.

"נישט עס איז שייך, נאר אן קיין פארהאנדלונגען ביסטו א פארגאנגענהייט!" האט דער צווייטער אריינגעזאגט ערנסט זיך צובייגענדיג אזש ביז מר. אבישי'ס נאז ווען מר. אבישי שפירט אז עס הייבט אים אן איבלען.

יא, מר. אבישי האט באמערקט דאס וואס אנדערע וואלטן נישט אזוי שנעל אויפגעכאפט, נעמליך די קליינע צעריבענע צדקה-פישקע בילד איז געווען אריינגעקריצט מיטן כתובת קעקע אויף די לינקע האנט פלאך פון די צוויי. א קלארע איבערצייג אז דא שטייט ער מיט נישט קיין אנדערע ווי די שטעך מעסער קטלא קניא גרופע.

ער האט געוואוסט אז ער מוז האנדלן גאר פארזיכטיג אבער שנעל. זיין מח האט זיך גענומען שיסן פיבערהאפטיג וויאזוי און מיט וואס צו רעאגירן. ווייל ווי נישט ווי וואלט א שאס דא דערהערט געווארן אינעם גאנצן בילדונג א זאך וואס מר. אבישי האט זייער נישט געוואלט, ווייל די פאליציי האבן שוין געוואוסט פון דעם גאפארפולען כישוף אויג גרופע און די גאנצע בילדונג איז געווען אינטערגעלייגט מיט ווידיאו אפאראטן.

מר. אבישי האט אויך געקלערט זיי צו ערלעדיגן מיטן משמרת הצניעות סטראטעגיע. זייענדיג פון פאך אויס א אפגעבריטער האט זיך מר. אבישי דערלערנט דעם פאך. אבער אויך דאס האט ער אפגעשלאגן. דאן האט ער געקלערט פון זיי גאר באלעסטיגן. הפנים פילע פון די פייגלעך מחשבות וועלכע האבן זיך פלאצירט אין מר. אבישיס קאפ אין די לעצטע צענדליגע יארן האבן זיך גענומען אויפצושווימען ווי ווערים נאך א רעגן.

"איר זענט ביידע איין מענטש, איך ווייס דאס" האב מר. אבישי פלוצלינג דעהערט זיין אייגענע קול אויסשרייען. ער האט גערעדט פארזיכטיג און פאמעליך ווען אינטער יעדעס ווארט ליגט הויפענעס מיט מחשבות וויאזוי דער וויקעפעדיע וואלט רעאגירט צו אזא אבייעקט.

"איר האט אייך אפגענייט פון גאט און פון רעליגיע און אריבער צו קריסטנטום און געשלעכטעט מיט אנדערע!, אך און וויי איז אייער סוף און גלוסט! פרויען וועט זיין אייער ארבטייל!"

ער וואלט נאך גערעדט ביז מוצאי איבער זיינע פערזענליכע גלוסטענישן און געשלעכטיקייטן, פון גאט און פון קולטור, ווען נישט איינע פון די צוויי וואלטן ארויסגעכאפט אינמיטן זיין שובבים דרשה די רעוואלווער פון אונטער זיין ארבל.

אבער דאן איז שוין געווען צו שפעט.

מר. אבישי האט געשפיט ווי דאס בלוט קומט אים ארויף אין קאפ, דאס קנעפל וואס ער האט געטראגן מיט זיך 24\7 צו קלינגען צו מר. רעדאקטער איז אויך דעאקטיוויזירט געווארן. אדער האט עס טאקע יא געארבעט נאר דער מר. רעדאקטער איז יעצט אין א עליוועיטער אינטער די אויפזוכט פון צוויי ריזיגע פארשוינען צוזאמען מיט מר. אבישי.

ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט אים אויפגעבליצט א געדאנק.

"אקעי, איך בין גרייט צו פארהאנדלען"

"וועסטו אנערקענען דאס פרייהייט פון ווארט פאר קטלא קניא?" האט יענער געפרעגט ווען זיין פינגער ליגט אנגעלאנט אויפן צינגל פונעם רעוואלווער.

"יא!"

'אבער נאך וואו' האט מר. אבישי ציניש געקלערט צו זיך.

און דאן האט דאס פאסירט....

תוקן על ידי - סאכדעס - 30/03/2006 19:33:40



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 18:45 לינק ישיר 

אבישי כאפט א בליק אויף זיין מיליטערישן זייגערל, ער באמערקט אויפן גלאז דערפון אן אפשפיגלונג פון איינעם פון די צוויי ברייטביינערדיגע טעראריסטן וואס שטייען אים צו דער זייט, מיט זיין געניט אויג באמערקט ער ווי איינער פון זיי האט זיך פארקלאצט און אוועקגעקוקט, אויף די רגע געט אבישי אים א זעץ אין די באקען פון וואס יענער פאלט אונמאכט, אויסנוצענדיג דעם בהלה איז ער ספאנטאן ארויפגעשפרינגען אויף די אקסלען פון דעם צווייטן מערדער און מיט איין קליינעם שפרונג אויף ארויף איז אים געלונגען ארויפצוקלעטערן אויף די אייזענס וואס לויפן דורך העכער דעם עלעוועיטאר.

דא האט ער זיך שוין באנוצט מיט זיין ספעשל פארסעס טרענירונג וואס ער האט זיך געלערנט אין די בלאגס אין וויעטנאם, שפרינגענדיג פון איין בלאג צום צווייטן (אזוי ווערן גערופן די ביימער אין וויעט-קאנג), איבערלאזנדיג אויף יעדן בוים אזא סארט מעכאניזם וואס מאכט זיך צודאכטן פאר דעם צושויער אז ער געפונט זיך נאך אלץ אויף דעם פריערדיגן בוים, און הערשט נאכדעם וואס דער אויסגעפאפטער נעמט זיך צילן מיט זיין רעוואלווער צום שאטן וואס איז פארבליבן, כאפט ער זיך אז דאס איז נאר אזא סארט גייסט און נישט אבישי אליין, דאן געפונט זיך שוין אבישי אויף גאר א ווייטע שטרעקע אפגעריקט פון דאנעט.

מר. אבישי האט אבער נישט געוואלט פארלאזן דעם פלאץ איידער ער איז פארזיכערט אז די צוויי משחיתים וועלן מער נישט קענען באלעסטיגן קיינעם, איז ער פארבליבן הענגן אויף די אייזערנע שטריק וואס האלט אן דעם עלעוועיטאר, צווישן די צווייטע און דריטע שטאקן, אזוי ארום זאל ער קענען ארויסגיין דורך וועלכן טיהרל עס געפעלט אים און זאל נישט געשטראנדעט ווערן, און האט פון דארט אנגעהויבן פירן א מעכטיגע רעוואלוציאנערישע קאמף אקעגן די קאמוניסטן וואס האבן זיך דערוואגט אויסצומעקן זיין אשכול.

אבער ווען עס האט זיך אים אנגעהויבן צודאכטן אז ער האט די אויבערהאנט, האט זיך פלוצלינג געעפענט א טיהר פון איינע פון די אויבערשטע שטאקן, און א געשטאלט האט זיך גענומען גליטשן אויף די זעלבע אייזערנע קייטן ווי די וואס אבישי האט זיך אין זיי אנגעהאלטן, אבישי האט אין אנהויב נישט געוואוסט אויב דאס איז איינער פון זיינע ניקס אדער פון די קעגנערישע, האט ער אין די פלינקייט פון א געשפאלטענע סעקונדע געמאכט א דעציזיע זיך נישט צו דערשרעקן, אדרבה, ער האט אנגעהויבן ארויסווייזן זיין גיבור'ישקייט.

ליינט ווייטער אויב דאס האט אים געהאלפן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/3/2006 19:12 לינק ישיר 

מצורף קובץ

זעלטענע בילד פון מר. אבישי, געכאפט דורך א ווידיא קאמערע אין דעם פארמאכטן עלעוועיטאר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/3/2006 19:13 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א בילד וואס די עף.בי.איי. האט פארעפנטליכט פון מר. רעדאקטאר, מען קען אים דא זען אנגעטאן מיט די טראדיציאנעלע וויקיפידיע קליידער און די "זעמל" האר סטייל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/3/2006 22:00 לינק ישיר 

אינעם קאבינעט פונעם פרעמיער מיניסטער גייט אן די ארבעט מיט גרעסטן קראפט, א קלייניגקייט? די בריטישע רעגירונג האט יעצט אויף זיך א געפערליכע פאראנטווארטליכקייט מיטן וויסן וואס און וויאזוי צו פארהאנדלען מיט די טעראריסטן וועלכע האבן געקידנעפט דריי בריטישע סאלדאטן אין איראק.

דער פרעמיער מיניסטער זעלבסט האט יעצט הערשט אפגעשטאט זיין שוין-פון-לאנג צוגעזאגטע באזוך אין די "פארמאל פארעווער" סקול פאר די יונגע סטודענטן וועלכע געבן אוועק זייער פריוויליגיע פון זיך דרייען אין די גאסן און זענען עוסק אין אויפבויען א מעכטיגע קולטור אויפן אינטערנעט.

"געט איבער פאר אייערע פערינטס" שניידט זיך דורך די ווידער-שטימע פונעם פרעמיער מיניסטער אינעם לאבי פונעם געביידע "עס ערווארטעט אונז א צוקונפט, א אנדערע הייד פארק, א אנדערע בלאגגער, און א אנדערע וויקעפעידיע אינעם צוקונפט, לעבן זאל פרייהייט פון ווארט!".

די יונגע סטודענטן וועלכע זענען נישט געווען צוגעוואוינט צו אזאלכע פאראדעס האבן אומאויפהערליך אפלאדירט די פרעמיער מיניסטער. און אים באווארפן מיט פארשידענע וויכטיגע און מינדערוויכטיגע פראגן.

אינמיטן די גאנצע געפילדער, ווען דער פרעמיער מיניסטער איז געווען ארומגענומען מיט די טויזענטער סטודענטן, האט רעק עלי די קאבינאט ווארטזאגער אריינגעשטארעמט אין זאל באגלייט מיט א באגלייטונג פון הונדערטער רעפארטערס.

"מיסטער פרעזידענט, מיר זענען אונטער אטאקע".....

דער פרעמיער האט זיך האסטיג אויפגעשטעלט, ווען א סטודענטס האר האט זיך בטעות איינגעהאנקערט אין זיין אנצוג קנעפל האט זיך געהערט א קוויטש, אלעס האט מיטגעקוויטשעט, די סטודענטן האבן זיך א לאז געטון מיט א געלויף, ארויס פונעם געביידע. ווען מעכטיגע באנומענע קולות פארנעמען די גאנצע האריזאנט. און דער פרעמיער ווייסט נישט וואו אנצוהויבן.

"רעק, אריין אין לעמעזין"

די צוויי באגלייט פון די גארדס האבן שנעל שפאצירט צו די קאר, און שנעל פארלאזט דאס פלאץ.

"וואס גייט פאר?"

"דער עפל עקס געביידע איז אינטער אטאקע!, עס האט אויפגעשאסן אין הילכיגע פלאמען, לויט די געהיימע שאצונגען קומט עס פון די כישוף אויג גרופע וועלכע זוכט צו דערשטיקן פרייהייט פון ווארט"

"וויאזוי האט דאס פאסירט?"

"די גרופע האט גענוצט דעם געהיימען אר סי עס טעכנעלאגיע פון אונזער מיליטער, וועלכע ערלויבט צו צושמעלצן א געביידע מיטן בלויז בליק"

"אויוויי!!!"

דער פרעמיער מיניסטער איז בלאס געווארן ווי קאלעך. די אר סי עס טעכנעלאגיע איז געווען פון די גאר געהיימע ערפינדונגען וואס די בריטישע פארשערס האבן ערפינדען. און זיי האבן דאס רעזערווירט אין פאל פון א מלחמה מיט אמעריקא. און דא אזא בראך!

"ווער שטייט אונטער דעם?"

"דער פירער פון די גרופע רעדאקטער, און די וויצע פרעזידענט אבישי" האט זיך אנגערופען מעק פאטעלי די פארטרעטער פון די אידישע געמיינדעס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 22:19 לינק ישיר 

מיר - די חברי הנהלה - אנטשולדיגן זיך פארן אריינהאקן אין דעם זעלטן שיינעם אשכול, אבער מיר מוזן אויסדרוקן אונזער אפשיי פון דעם וואס מען נעמט זיך דא איבער א יחיד, דאס איז נישט אונזער דרך, און דאס וועט נישט צוגעלאזט ווערן ביי אונז אינעם היימישן קרעטשמע, וואו פאליטיק און מחלוקת האבן קיין פלאץ נישט.

מיר בעטן זייער שטארק פון די חשוב'ע געלונגענע געראטענע שרייבער: וועלט אייך אויס אנדערע נעמען אויף די ווייטערדיגע קאפיטלען פון אייער שפאנענדע געשיכטע, כדי עס זאל נישט אויסקוקן ווי איר מיינט ח"ו דא איינעם פערזענליך.

מיט דאנק
די חברי ההנהלה מאחורי הפרגוד
יענטאאש - סאכדעס - בן הרחמן - פענסטער - נאט-טו-ביזי - יאנאש תוקן על ידי - kraitchmer - 30/03/2006 23:05:12



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2006 00:22 לינק ישיר 

OH MAN ,YOU KILLED IT




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 01:03 לינק ישיר 

איך וועל נישט גלייבן אז די אלע וואס האבן דא אונטערגעשריבן ווייסן אפילו דערפון.

זענט עטץ טאקע אזוי נאאיוו?

איז דאס נישט אין כלל פון מחלוקת לשם שמים?

א איד וואס האט איין ציל אין לעבן: מטמא זיין אנדערע, און אריינברענגען אין זיי מחשבות ניאוף וזוהמא.

מעג מען דען רחמנות האבן אויף אזא איינעם?

מען וואלט געדארפט ארויסשרייבן זיין פולען נאמען, און זאל מען זיך פון אים אפטיילען. מאכן א ריכטיגע התבדלות הרשעים.

און דא האט מען טענות אז מען באשרייבט נאר זיין ניק?

הישמע כזאת?!

אויך אין חדשות אנ"ש ליגט דער אשכול וואס ווייזט ארויס ברבים זיינע מעשים טובים שוין עטליכע טעג, און די הנהלה פארשטייט אויך די וויכטיגקייט פון באשייגעצן דעם געמיינעם מטורף וואס האט שוין פילע אידן באלעסטיגט מיט זיין פארשטונקענעם פעדער על כל הקדוש לנו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2006 05:08 לינק ישיר 

לאוולי, לאז געמאכט.

איך גלייב נישט אז די מנהלים זענען נשפע געווארן פון אים. די מנהלים ווילן פשוט נישט אז דא זאל ארומגערעדט ווערן איבער דעם ענין ווער עס איז יא א שגץ און ווער נישט. כאטש וואס יעדער ווייסט דעם אמת איבער יענעם.

דער וויקעפעדיע איז מער ווי ווייניגער צאמגעשטעלט געווארן דורך אים. און עס גייט נישט דורך קיין טאג וואס עס זאל נישט געשריבן ווערן פרישע זאכן אויף געשלעכטישיטאציעס מיט אלע אנדערע וואנדלערייען.

יעדע זאך וואס מען שרייבט דארט שטייט ער מיט זיינע זיבן און פופציג ניקס און מעקט. פארשטייט זיך חוץ אויב עס שמעקט אים....

לאמיר האפן אזויווי דער עבר האט שוין געצייגט אז ווי דער .... האט נאר אריינגעשטעקט א האנט האט ער צוריקגעצויגן, אזוי וועט עס אויך זיין מיט דעם.

די ערשטע יאר וואס אינטערנעט איז ערשינען אויף די אידישע גאס האט שוין פונקציאנירט זיין בלאג. מיט א נאמען "וואסער טרעגער" וואס דאן איז געווען זיין ציל די וויליאמסבורגע שטאפן הוטן.

נאכדעם איז געפלויגן איין בלאג נאכן צווייטן, איינס פאר גאט, איינס פאר לייט, איינס געשלעכט, איינס קאמוניזם, איינס סאטמאר, איינס ליובאוויטש, איינס פאר ישראל, איינס פאר קראונהייטס, איינס נייטראל, איינס ציוניסטיש,
 איינס אלגעמיינער, איינס אידישער וועלט. און איינס וויקעפעדיע.

יהיה מה שיהיה איז דער פארום נישט געמאכט פאר דעם. דעריבער איז אוודאי שיין פארצוזעצען די מאנסע, אבער נישט באשמיצען קיינעם.

אקעי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > א נאמען פאר מיין נייע בוך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext