יעך בין א נייע גאסט דא, ווייס איך נישט וואס מען האט שוין דא ארומגערעדט און וואס נישט.
איך זעה אסאך מאל אין אידישע בלעטער אויסדרוקן וואס די שרייבערס אליין ווייסן נישט וואס דאס
מיינט, זיי האבן עס נאר בקבלה פון ר' סענדר דייטש ע"ה.
וועל איך אנהייבן, אוקיי?
"מ'שטיינס געזאגט"
וואס מיינט דאס?
נשלח ב-2/4/2006 20:17
איך וועל דיר פרובירן ענטפערן, הגם, כ'מיין, מ'שטיינס געזאגט, איך בין קיין שרייבער ניקס, און ביי מיר וועסטו אזעלכע אויסדרוקן - וואס איך אליין פארשטיי נישט - נישט געפונען (אויסער 'קאטאוועס' - וואטעווער..).
איך מיין אז די שאלה באלאנגט (געהערט- גיהער?) אין די אשכול פון "כללים אין דער אידישע שפראך", אבער אז דו האסט שוין יא געווידמעט אן אשכול דערויף, וואלסטו געברויכט דאס באטיטלן "מ'שטיינס געזאגט", דאס וואלט געווען - מ'שטיינס געזאגט - א קעפל אזאנס און אזעלכעס... די גאנצע פארק וואלט זיך געשאקלט פון די גוטס.
וואס פרעגסטו? וואס מיינט "מ'שטיינס געזאגט"? פון וואו זאל איך וויסן????????? מ'שטיינס געזאגט.
שוין גוט, לאמיך
דיך אביסל מער מסביר זיין, ס'מיינט עפעס אזויווי בערך 'ווייל קלאמפערשט'......... ביזט
צופרידן?.....
תוקן על ידי - יענטאאש - 03/04/2006 5:17:59
נשלח ב-3/4/2006 07:29
גרויזאמער;
איך וויל מיט דיר א געשעפט מאכן (א געשעפט?).
דו זיי מיר מסביר וואס די באדייט פון דעם - ביי דיר אזוי באליבטן - אויסדרוק אוקיי, דאן וועל איך דיר פרובירן מ'שטיינס געזאגט מסביר זיין וואס מ'שטיינס געזאגט באדייט.
נשלח ב-3/4/2006 21:19
אין א שמועס פון דעם דאיען מיט יענטטאש האב איך אויפגעפאסט אז מ'האט גערעדט פוןד י נושא מ'שטיינס געזאגט, איז געבליבן אז אין אידיש איז דאס א אויסדרוק, כ'מיין צו זאגן, אדער אמער.
נשלח ב-4/4/2006 00:34
גאר א גרויסע פאגראם ווערט צוגעגרייט דורך די אלעוועלטליכען אידישע שרייבער פאראיין קעגן די קרעטשמע פארן אויפדעקן זייער ריכטיגע פרצוף, מ'שטיינס געזאגט, און מגלה זיין קבל עולם ומלואו אז א שרייבער איז גארנישט קלוגער אין לעקסיקאנישער זין פון ווארט מער ווי א סתם עמך איד, מ'שטיינס געזאגט.
אדרבה ואדרבה, אינדערצייט וואס א געלערנטע שרייבער האט די פאך צו וויסן די באדייט פון ווערטער, און ווען ער ווייסט נישט שרייבט ער אפן "וואטעווער איט מינס", א שטייגער ווי דער באקאנטער קאטאוועס שרייבער. קומען דא די אלט באזעסענע שרייבער, מיט א צינישע מינע פון פוסטע שטאלצקייט און בלאבלען נאך א ווארט וואס זיי האבן אמאל געזען אין די תשט"ז אידישע ליכט פון א ירושלימער שרייבער מיטן נאמען שמערל קנאקער, ווען זיי אליין ווייסן נישטאמאל ווי טיף אין זומט דער שרייבער האט זיי אריינגעשלעפט.
גאר טיפע און גרונטליכע מקורות צייגן אז די ווארט קומט פון א פשוטען אלעמען באקאנטן אויסדרוק, שיין געזאגט.
ווי רופט איר זיך אן ווען מען באשגצט אייער שונא, "א צעדרייטער איז נאך שיין געזאגט...", וכדומה.
דער ווארט ווערט טאקע נאך היינט באנוצט דורך די פעסטע שרייבער וועלכע זוכן נישט צו זיין קיין חכמים מיטן צייגן זייער פוסטע עם הארצות.
אבער דא איז געקומען שמערל קנאקער, זיי מיר מוחל אויב עס באדערט דיר, עס האט זיך אים צוגעדוכט ווי ער האט אמאל געזען די ווארט אויסלייג ווי פאלגענד: מיט שיינס געזאגט. לכבוד פורים האט ער זיך פארגינען צו מאכן פונעם עולם זבת חלב ודבש, נו, מ'שיינס געזאגט, האט ער זיך מ'שטיינסגעזאגירט אויפן חשבון פונעם עולם גולם.