עס באדערט מיר געפערליך, אבער איך מוז ארויסטרייבן דעם עולם פון קרעטשמע, יא, איך פארשטיי, פון די שטובער האט מען אייך שוין ארויסגעווארפן מיט א צוויי דריי וואכן צוריק, איר האט נישט קיין שום מקום מנוחה אויסער די פיר ווענט פון די קרעטשמע, אבער וואס זאלן מיר טאן? מען מוז דאך די קרעטשמע אויך פסח'יגן, ניין?
קודם כל האט זיך שוין יאנאש דערקלערט אלס ראש הקהל און האלט נישט ביים טאן קיין שמוציגע דזשאבס, און בכלל האט ער לעצטנס אנגעהויבן פארפירן איבער א רעיז, רעיז רעיס, איך ווייס אפילו נישט פונקטליך וויאזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט, אזויפיל ווייס איך אז מיר מאכט ער 'נערוועיז'.
עניוועי, ער טענה'ט אז פארן קערן צווישן די פיס פונעם עולם וועט אפקאסטן ממון ודמים, און די קאסע איז יעצט נישט איבערגעפולט... על כן זאל מען דעם עולם פארשיקן לעזאזל. וואס בלייבט?
נשלח ב-6/4/2006 02:58
הער זיך איין קרעמער, איך זע שוין וואס דא גייט פאר.
איך בין לעצטנס אסאך נישט דא געווען, מיינט ער דער
יאנאש'קע אז ער קען טון וואס ער וויל.
איך זאג דיך, מען וועט זיך נישט לאזן, מ'וועט אים זאגן
אז ער 'מוז' קלינען יעצט פאר פסח דוקא יא צווישן די פיס
סתם אלס קנס פון וועלן פארשפארן די קרעטשמע, פיניש.
און אז ער וועט זען אז ס'איז געפערליך שווער און ער קען
נישט אליין, זאל ער צונעמען 'גרויזאמער' פאר העלפ, כ'מיין
מ'שטיינס געזאגט ער איז דאך 'גרויזאם', פארמאגט ער מן
הסתם אפאר גוטע מוסקלען, נו וועט ער צולייגן א האנט....
איך האב דיר שוין גענטפערט ביי אן אנדערן טישל, ווילסטו טאקע נאכאמאל האבן די בושות אין פאבליק?
קרעמער;
איך זעה איכל נישט האבן קיין ברירות, העל איך מוזן זיך נעמען רעדן ווער עס איז געשטאנען אונטער מיין איבער נעמען דאס בענקל דא, באט איך מיין אז דו ווילסט נישט אז איך זאל וואשן דיינע וועש דא אין פאבליק.
ביי דעי וועי, וויל איך מיך דא אנטשולדיגן פאר'ן צושפארן דעם קרעטשמע, איז אזוי קודם קאל איז בכלל נשיט און פלאן עס זאל זיין צוגעשפארט אום חול המועד, חלילה, זעט אויס אז קרעמער האט נישט גוט איבערגעגעבן דעם מעזעדש, עס איז אינגאנצן די רעדע פון פארשפארן אפאר שעה סוף וואך.
צווייטנס, איך נעם שוין נישט קער פונעם וואשן דא, און אז יענטאאש וויל שפארן געלט פאר די קאסע פונעם קרעטשמע (וואס איז דרך אגב און א פיל בעסערן שעפ וואו ווען ער האט עס געראנט), קען ער צולייגן אן האנט, און נישט אנקומען ווי א מחותן טיילן דיעות, גרוזאמער בין איך נישט גערעכט?
נשלח ב-6/4/2006 05:16
יעך גלייך נישט זעך אריינצומישען אין אזאלכע פייערדיגע געשפרעכן. אבער אז עס קומט שוין דאס צווייטע מאל צו אזאלכע געשלעגן מוז איך זעך אריינמישן, כידוע אז די קינדער ציטערן פון מיר אין די הויזן, און ווען איך קום אן פליען זיי ווי פאפקארן ארויס פון מאשין. מיין איך אז אויב די קינדער ציטערן איז דאך זיכער די עלטערע, יפה כח הבן מכח האב. (וואטעווער איט מינס).
אין די שטאטוטען פונעם קרעטשמע וואס כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע האט איבערגעלאזט געפינען מיר נישט קיין איינצלהייט איבער ווער עס זאל וואשן די פלאר, אדער ווער עס זאל וואשן די וועש (א זאך וואס יאנאש גלייכט יא צו טוהן -לויט ווי עך זעה).