| נשלח ב-5/4/2006 20:47 |
|
| |
א סלייס פיצא, כאפט א מצוה
איך קום יעצט פונדערהיים, זאט פון פרייד
איך האב מיך דא ארויסגעכאפט פון אפיס, אריינגעגאנגן אין פיצא סטאר, געקויפט צוויי סלייסעס, און אהיימגעטראגן צו די אויסגעמאטערטע אינדערהיים (וואס קען נישט פארברענגן אזוי ווי מיר אויפ'ן "פארק").
דאס פנים האט איר אויפגעלויכטן, מיט די אויגן געבלינגט, אךךךך מיט אזא מאן ווער דארף גיין צו "שלום בית דרשות"...
פרובירט, און זאגט אייער עקספיריענס
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 23:22 |
|
| |
איך האב דיר געפאלגט, איך האב אהיים געטראגן צוויי סלייסעס פיצא פאר מיין ווייב, און וואס מיינסטי זע איך ?
זי האלט אינמיטן עסן פיצא.
זי זאגט מיר אז א שכן'טע האט אריין געקלאפט צי איר און געפרעגט אויב זי דארף פיצא, ווייל איר מאן האט עס איר געברענגט פונקט פינעף מוניט נאך איר לאנטש.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 23:28 |
|
| |
3מאל0;
דיין ברית איז אויך פארגעקומען ביים ליינען די נשיא "שלומיאל"? אדער ביסטו גאר א שכן מיט יגר'ל? איז די פיצא געשעפט געווען פול מיט קרעטשמע גייער? טאטע לעבן איך האב נאר געפרעגט דריי קושיות, ברויכסט נישט ענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 23:39 |
|
| |
מיין ברית איז געווען חודש אייר.
קען זיין אז איך בין א שכן מיט יגר, איך וואון אין מאנסי, יגר ווי וואונסטי?
אין די פיצא געשעפט איז אויך געווען א חבר מיינע וואס איז אויך א מעמבער אין קרעטשמע.
דעס אז יגר איז מיין שכן קען נאך מיטגיין, אבער קרעמער שרייבט מיר טאטע? זאל איך גלייבן אז מיין קליין בחור'ל וואס זאגט מיר אז ער גייט לערנען שרייבט גאר אויף הייד פארק?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 23:52 |
|
| |
אנטשולדיגט 3X0 איך בין גרייט מיטצושפאצירן מיט דיר, ווייל דער אמת איז איך וואוין אויך אין מאנסי!
אויב איך טרעף דיך, קען איך צוריקבאקומען מיין מסירת נפש'דיגן פיצא?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 23:54 |
|
| |
צו איך בין דיין זוהן צו נישט, בלייבט איבער פאר די היסטאריקער צו ענטשיידן, אבער פארענטפערט האסטו זיך ווי א טאטעלע... (נוסח אלפא-פאונע רב).
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2006 01:05 |
|
| |
3x0;
איך האב נישט געוואוסט אז דו שרייבסט אויף היידפארק, איך מיין, איך האב געוואוסט אז 3x0 שרייבט, אבער איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט 3x0. ביי דע וועי, קענסט זאגן פאר'ן פיצא חברה'מאן, אז זיין אייזקרים איז נישט שלעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2006 02:22 |
|
| |
יע יאנאש;
זעט אויס אז דער טאג איז אנגעקומען אויף דיר געוואויר צו ווערן ווער עס שטייט אונטער דעם דריי מאל גארנישט, געוואויר ווערנדיג דעם מיליטערישן סוד ביסטו אויך געווען אזוי אין שאק ווי איך?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2006 03:19 |
|
| |
קרעמער;
איכל דיר זאגן דעם אמת, איך האף און איך בעט אז איך זאל האבן געמאכט א טעות, ווייל אויב עס איז אמת גייט דער גאנצער עולם געוואר ווערן ווער איך בין, ווען מען גייט טרעפן מיין קערפער'ל אינעם האדסן ריווער.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2006 07:13 |
|
| |
שווימן מיט די פיש.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 00:57 |
|
| |
למה זנחתנו???
מה נשתנה??? פארוואס איז גרין'ס אין LEE פיצא געווען פארשפארט מוצאי יו"ט?
איך האב געדארפט קריכן ביז מיכאל'ס (א מזל סאכדעס האט אראפ גענומען דעם פארבאט...) איי מאסט טעלל יו, איט וואז ריעלי גוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 01:14 |
|
| |
איך קען אידן וואס פירן זיך אלע יארן נישט אריינצונעמען קיין שטיקל חמץ אין מויל ביז שבת קודש, ווען זיי לאזן זיך וואוילגיין מיט פיינע פרישע חלה לכבוד שבת קודש.
היי יאהר איז דאס נישט אזוי שווער געווען אויסצופירן.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 02:20 |
|
| |
שמעתי אז מנהג קרעטשניף איז אז מען עסט נישט קיין חמץ נאך ביז די שליסל חלה, און מיט דעם שפארט מען אויף דעם טויער פאר די חמץ וכל דכפין ייתי וייכול.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|