עס הערשט א געפערליכע הפקר וועלט
ממש אזוי, געפערליך. אין די לעצטע צייטן האבן זיך מענטשן צולאזט אויף א געפארפולן אופן, מען געבט נישט אכט אויף די אייגענע אידענטיטעט, מענטשן אנטפלעקן זיך איינער פארן צווייטן אפן און גראב, מיט די נאמען טעלעפאן און אדרעס, אזש עס איז פחדים. איך האב אנגעהויבן אריינקלערן ווער עס איז שולדיג דערין, איך בין נאכנישט געקומען צו קיין קלארע מסקנא.
די גאנצע פארהוילעניש אויף וואס היידפארק איז לכאורה באזירט פאלט צוביסלעך אוועק, עס צוגייט ווי די פאריעריגע שניי, מענטשן קריכן ארויס פון די מייזל לעכער, מען באגעגנט זיך איינער מיטן צווייטן, דער דיין מיט יאנאש, דער גרויזאמער מיטן דיין, דער קעניג מיטן קעכער, דער פויפסט מיטן גראף, דער גראף מיטן קרעטשמער, דריי מאל גארנישט מיט קנאי, און יגר'ל מיט נאט-טו ביזי, די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, און יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.
אויב האט איינער א טלף (CLUE) וואס דא גייט פאר, ווער עס שטייט אונטער די אנטפלעקונג פון כל הקהל קודש, ווער עס האט באאיינפלוסט דעם עולם אראפצושליידערן פון זיך דעם נארישן מאסק, זאל ביטע מודיע זיין.
|
|