כל זה נכתב ונחתם בטבעת המלך ביום ד' בחודש אשר ישועות בו מקיפות בשנת שלש למלכות קרעמער יר"ה
אחד איינע פון די מעכטיגע רעזאלוציעס ביים מיטונג איז געווען אז היות עס טוט זיך דא אפ לעצטנס געפערליכע הריגות, מ'טשיינס געזאגט, צווישן אסאך קרעטשמע זיצערס, וועט מען ארויסבויען א שטובל, נעבן דעם קאווע שטובל אויף די לינקע זייט (דארט ווי די האט קאפס פלעגן ליגן ביז יעצט), און עס וועט זיין א "פייטינג עריע".
והיה און עס וועט זיין אז פאר איינער ווער עס וועט זיך פארגלוסטן א קרוג צו טאן מיט איימיצן, אנשטאט ער זאל דארפן אפירזוכען אינעם גאנצען קרעטשמע זיין בר פלוגתא, און זיך אנטשעפן אין פרעמדע באשעפענישן (אזויווי עס האט שוין פאסירט אין די פארגאנגענהייט ביי די כישוף אויג מאנסע), וועט ער דא אריינקומען און טרעפן נאך איימיצן וואס שטייט שוין דארט גרייט זיך צו פייטן, מ'טשיינס געזאגט.
התקנות די תקנות פון דעם שטובל איז, קיינער איז נישט בעל הבית, און כל דאלים גבר. אויב למשל איימיצער וויל ארויסטרייבן איינעם פון דא, דארף דאס צוגיין נאר ווייל מען וויל זיך קרוגן, אבער אויב וויל מען ארויסטרייבן ווייל מען זעט אז יענער שטארק זיך איבער, טאר מען נישט. אויב די קענסט נישט פארנעמען די היץ גיי ארויס פון קיטשען. אוקיי?
איש יהודי געווען א יידישע מאן אין די קרעטשמע, וואס האט געהייסן יענטאאש, אויב וועט זיך אים פארגלוסטן זיך צו קרוגן מיט יאנאש, זאל ער אריינגיין אין די פייטינג עריע, און זאגן פאר עפעס א בחורל וואס דרייט זיך נעבן די קאווע אז ער זאל ארויסרופען יאנאש, און ווען יאנאש וועט אנקומען וועט זיך אנהויבן דאס פייטעריי.
ועתה יעצט מיין טייער קינד, הער זיך צו צו די שטראף רייד פון קלוגערע לייט פון דיר, געב אכטונג אויף די ארויסזאגעכץ פון דיין מויל. אויב ווילסטו זיך נישט פייטן, איז נישט קיינער צווינגט דיך נישט, אבער די מוזט ארויסגיין פון דעם פייטינג עריע. ליגנט זאגן טאר מען נישט. זאג נישט אז די ווילסט זיך פייטן ווען די ווילסט נישט.
בסדר אוקיי? ידידינו פענסטער האט ביי די מיטונג מנדב געווען לכבוד די רעזאלוציע א פענסטער פארן טיר פונעם פייטינג עריע, און עס וועט זיין אז ווער עס וויל זיך צוקוקען צום ריזיקאלישען געראנגעל, זאל בלויז אריינקוקן פון די פענסטער.
נשלח ב-6/4/2006 16:15
גרויזאמער, סארי טו טעל יו, באט.
אלץ ביזטו ביזי מיט פייט'ס,
א שאלע אין די זייט.
פארוואס ביזטו טאקע אלץ ביזי מיט פייט'ס?
איך האב נאכנישט געליינט וואס די האסט געשריבן, באט די קעפל וואז אינאף
דו גיי רעכטס, דאן כאפ ארויס די ביקס פון יענטאש'ס האנט. איך וועל אומשעדליך מאכן יגרל. און דאן וועט אלעס גיין ווי מצה וואסער.
תוקן על ידי - גרויזאמער - 09/04/2006 23:43:01
נשלח ב-9/4/2006 23:41
סאכדעס שריי נישט: אפפפסססס ס'טוהט וויי, איך קניפ נישט דיין בעקל ווייל דו ביסט זיס, בכלל נישט, איך פליק עס אויס, און דריי עס פשוט איך וויל זעהן ווילאנג דו גייסט אנציעהן.