| נשלח ב-11/4/2006 00:04 |
|
| |
איוואן דער גרויזאמער
א קרעטשמע איז א פלאץ וואו פויערן און להבדיל אידן קומן זיך איבער כאפן דאס הארץ מיט א טרונק,
א לשון הרע'לע אונד טאמער עס איז פונקט א יומא דפגרא, עסט מען צו א שטיקל הערינג אויך. אזוי
לעבן אפ אונזערע דארף'ס אידן א לעבן שטיל און רואיג.
מאכט זיך א מעשה אין דארף פאלט אריין אן אורח, זיצט אגאנצן טאג פארטיפט אין זיינע געדאנקן,
אויף די פראגע פון וואו ער קומט האט קיינער נישט ארויסגעקריגן קיין געהעריגע ענטפער. עס
פארשפרייטן זיך שמועות אין דארף אז דאס איז איוואן דער גרויזאמער אליין, דער אורח אליין אז
מען פרעגט עם בורדשעט ער זיך עפעס אונטער די נאז. עס פארלויפט א שטיק צייט און דער אורח ווערט
היימיש ער פאנגט אן צו טומלן וועגן געשלעגערייען, ומעשה שטן הצליח דער עולם ווערט נאכגעשלעפט
פון עם
טייערע איוואן דער גרויזאמער, כבודך במקומו מונח (טיף אין ד'ערד) איך האב אויף דיר גרויס תערומות.
איינס; פאר פסח די לופט אינדערהיים איז אנגעצויגן, וואו מען גייט טרעפט מען אן אויפגערעגטע
באליידיגטע מענטשען, קומט מען אריבער אין קרעטשמע זיך אויסצוטשוכענען, און אאפפס, די זעלבע
אטמאספער שטיקט דא אויך דעם לופט. פרעג איך דיר, אפאר צובראכענע אידן קומען זיך אונטערהאלטן
מיט נארישע לצות און וויצעס מוזטו דאס צונעמען פון זיי?
השנית וואס טוהט זיך מיט בל תשחית? מנעמט א שטוב- וואס מען וואלט געקענט דארט אריילייגן נאך א
טיש מיט בענקליך אז דער עולם זאל קענען זיצן אפילו אין דו פארנומענסטע צייטן- און מען נוצט עס
פאר אומווערדיגע טאהטן.
בכלל דו חלוממסט אז ווען איך לייען אזא ווארט ווי דדדדדדדדזששייקססס!!!!!!!!!! וועל איך זיך
אויסמשל'ן נארישקייטן וואס איז די פרוכט פון דיין קראנקהאפטן אידיאטישן כח הדימיון?!
אויף קרעמער האב איך נישט קיין טענות ווייל ער איז א ליבעראל!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 00:18 |
|
| |
איי איי איי שנאפסעלע איי איי איי.....
אפאר וויכטיגע הלכות האסטו דא פארזען. קודם האבן מיר געמאכט א פייטינג עריע, וואס איך זעה אז די ווייסט דערפון. איז פארוואס דארפסטו עובר זיין אויף תקנות הקרעטשמע? והוא לא תצלח!
צווייטנס איז א קרעטשמע געאייגנט בלויז פאר געסט, פאר די וואס קומען אריין יעדן טאג און זיי זויפן זיך אן אינעם באבנס באבן אריין, איז דער אנטווארט "ווער פארלוירן פון דא". נאר וואסזשע דען? דא האבן מיר א הנהלה וואס איז דוקא מקפיד יענעם שיין אויפצונעמען בכבוד הראוי, און נאך צוגעבן טיטלען פאר יעדעם ווי עס פאסט זיך.
אבער קומען גאר מיט טענות אויף די אורח אז ער איז ארגער ווי דער אלט-באזעסענער (וואטעווער איט מינס) איז א חוצפה שלא נשמע מאז היתה קרעטשמע לקרעטשמע!!!!
דא זענען אורחים אסאך מער חשובער ווי די תושבים, אוקיי?
דיין היסטאריע צייגט אז אקוראט א מאנאט צוריק האט די קרעטשמע זוכה געווען צו דיר, ממש די זעלבע דאטום -דעם פערטן- האסטו דא זיך אנידערגעלייגט און זיך אפגעריט פונעם שווערן טלטולא דאורחא.
איז אויב אזוי זענען מיר דא אייניגע געסט.
קומט דאך אויס אז עס שפילט זיך דא אפ א געווענליכע עפיזאד ווי צוויי ארחי פרחיס האבן טענות איינער אויפן צווייטן.
איז קומזשע אריין דא אינעם דערנעביגן צימערל, דמתקריא פייטינג עריע, און דארט על איך דיר ערקלערן ווער און וואס דער גרויזאמער איז, נישט אינטערן נאז, נאר העכערן נאז.
אוקיי?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 00:52 |
|
| |
דו האסט געמאכט א גרויזאמען מיסטעיק, דו פיר ווייזט אויפן חודש נישט אויפן טאג היינט איז די
צענטען (אין ישראל די עלעפטע)
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 03:08 |
|
| |
שנאפס;
וואס איז פשט פון די ווערטער: אויף קרעמער האב איך נישט קיין טענות ווייל ער איז א ליבעראל!! ?????
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 03:12 |
|
| |
איך לאך נאך יעצט פון גרויזאמער'ס טעות... בכלל ווייס איך נישט אויף וואס זיין טעות (וויאזוי זאגט מען טעות אין אידישששששששש?) איז באזירט, איך האב אויף שנאפס'ענס פאספארט געזען אז ער דרייט זיך שוין גאר א לאנגע צייט, און איבערגעלאזט איבער הונדערט תגובות.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 03:18 |
|
| |
מיסטער שנאפס..
טרינק וויפיל שנאפס די ווילסט אבער איוואן לאז אפ...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 07:52 |
|
| |
קרעמער;
אויף דיר האב איך נישט קיין טענות פארן נישט שטיין אויף די וואך אז אזא זאך זאל נישט פאסירן
(ווי נישט איז דאס לאט פון דער קרעטשמע אויף דיין נאמען...), היות דו ביסט די שעף רעדאקטער
פון ק.נ.א. וואס איז די גרעסטע מידיא פירמע אין דו קרעטשמע ביסטו געוויס ליבעראל געשטימט...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 07:54 |
|
| |
טעות=גרייז
יא, מעגסט דיך שעמען
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 16:11 |
|
| |
שנאפס;
איך האב געגרייזט, איך ווייס, איך האב זיך שפעטער גלייך געכאפט, וואס קען מען טאן, די שווערע פסח ארבעט צומישט אביסל דעם קאפ...
אגב, די קנ"א מידיא איז באקאנט מיט איר אויסגעשפראכענע קאנסערוואטיזם, ווייזט אויס אז דו האסט שוין לאנג נישט געהערט אונזערע נייעס באריכטן.
|
|
|
|
|