איך בין נאכנישט געהעריג באהאווענט אינעם מאנגאלישן שפראך, אבער האפענטליך וועל איך שנעל דערגיין וויאזוי און מיט וואס אינטערצוקויפן די מאנגאליענס.
ווי אויך איז נישט קלאר צו די באהערדע דארט וועלן מיר צושטעלן א מקום לגלוש, און אויב יא צו יענער כלי הטמאה וועט פארמאגן היברו אויף זיך. איך וועל פראבירן צו אפדעיטן דעם עולם, אויב נישט אין אידיש אויף מאנגאליש.
ה' ישמר צאתך ובואך מעתה ועד עולם.
נשלח ב-21/4/2006 20:53
שטייענדיג אזוי אסרו חג אויף פון בעט באקומט דער דאיען א רוף פון דעם גרויען קליינזאמער, און מיט איין שמחה אז די וויזעס זענען ערלעדיגט געווארן, דער דאיען האט נישט קיין אנונג וואס דער וויל שוין ווייטער דער קריגס מיניסטער, ער זאגט איהם ווארט מיר אין פייטינג עריע, זאגט דער קליינזאמער אה אה ניין ניין, הארך מיר אויס א מינוט, כאב גענומען אויף מיר א נייע מיטל ציל, להתוודע ולהגלות, כי הוא מלך על כל הארץ: מ'פאר מיר קיין מאנאגליע, -כאף אז איך זאג עס גוט נאך- מיט'ן הייליגן ציל, צו פארשפרייטן דע הייליגע דעת קודש פון די חכמי הקרעטשמע, פארשטייט זיך אליין אז אהן דעם דאיען קען מען נישט פארן, וואס על איך ענפערן אויב עלן זיין פרעגן שאלעס.
דער דאיען קווענקלט נאך אין גרויסן, ער ווייסט נישט וואס צו טוהן, פון איין זייט קלערט ער, אז דאס אן איינמאליגע געלגענהייט, מ'שטיינס געזאגט, להפיץ דעתו הקדוש בעולם, (וואטעווער איט מינס), אבער פון די אנדערע זייט, העטן זיין גערעדט רוסיש, העט ווען דער דאיען זיך געקענט אויסקומען מיט זיי זייער געך, אבער וואס טוט מען אין אזוי פאל?, בקיצור, האט דער דאיען אנגעהויבן טראכטן מיט צו נעמען נאט טו ביזי אויך, אבער גרויסע האמער זאגט בלא מיט א אלף, דאס מוז זיין ממש נאר געציילטע יחידי סגולה, און היות דער דאיען קאן איהם נאכנישט פערזענליך איז נישט דא פון וואס צו רעדן, דער דאיען האט פרובירט צו בעטן דעם האמער, אויף די אנדערע ניקס פון נאט טו (ער האט דען?) אבער ער ווויל פון גארנישט הערן, שוין דער דאיען פרובירט אפשר פארברענגן זאל זיין דער מיטבאגלייטער, אדער פעדעקס, על מיר זעהן וואס דער גרויער האמער וועט זאגן דערוועגן, אויב נישט זיין דאן פענסטער אדער יענטטאש, אדער בן הרחמן.
תוקן על ידי - סאכדעס - 21/04/2006 20:54:49
נשלח ב-21/4/2006 20:59
גרויזאמער;
ווי באקאנט לאז איך זיך נישט ארויס אויף קיין נסיעות איידער איך באטראכט דעם ארום און ארום פונעם גאנצן געגענט, איך וויל דאך נישט אויסקוקען ווי דעם פתי וואס רעדט אין "די וועלט" אריין (עיין שם) וועלכער האט אפגעשטיגן אין מזרח בערלין אנע פאפירן.
האב איך אזוי גענישטערט און געגרובעלט איבער "מאנגאליע", און באמערקט אז ממש יעצט איז דארט פארגעקומען א ערנסטע 7.7 ערדציטערניש, ממש דארט ביים גרעניץ מיט רוסלאנד, איז אפשר פארסטו טאקע צו אבזערווירן די מיליטערישע רעטונג אקציעס פון די אונטערנאציאנאלע געמיינדע דארט אויפן ארט.
אגב, די הויפשטאט איז "אולאן-באטאאר" און נישט די דערנעבנדע "מאנדאלאגאבי", וויאזוי קענסטו ערווארטן אז איך זאל מיטפארן מיט דיר ווען דו קענסט זיך ניטאמאל אויס מיט די הויפשטעט? וועסט דאך בלאנדזשן אין די הרי אררט.
נשלח ב-21/4/2006 21:15
סאכדעס; די ווייסט מיר צופיל, און די רעדסט צו סאך, דער דאיען האט מיר פארשפראכן אז אלעס בלייבט אין שטרענגסטן געהיימניס און דא פאררעדסטו זיך אזוי...
אויב קענסטו מיר אויף פלעין מאנגאליש מסביר זיין די דיפערענץ צווישן א הויפטשטאט און א עיר הבירה, קענען מיר גיין אין ביזנעס, מ'שטיינס געזאגט. אוקיי?
נשלח ב-22/4/2006 21:14
גרויזאמער
איך ווייס נישט צי די ווייסט. אבער דער פרעמיער מיניסטער נייאיגאאבאו ענכבאלד, איז זייער א וואילער ייד. א גרויסער בעל חסד.
איך ווייס נישט צי דו וועסט קענען עסן ביי אים, ווייל ער עסט נישט פון די סאטמערע שחיטה.
לאז אים גריסן.
נשלח ב-23/4/2006 04:30
גוטע וואך גוטע וואך!
איך זיץ יעצט אויפן פליגער מיטן לעפטאפ. צוזאמען מיט א שיינע צאל ידידים פון דא אין קרעטשמע.
מאטעס דו האסט מיר עס געמאלדן גענוג צייטליך, איך האב נאך אריינגעכאפט צו מיטראגן פלייש מיט זיך.
זיי הייסן שוין אויסלעשן די קאמיונקאציע מיטלען, וועל איך אייך מיטטיילן אלעס האפענטליך ווען
איך וועל אנקומען.
איין זאך, ווען איז סוזק"ש אין מאנגאליע, איינער ווייסט?
נשלח ב-23/4/2006 05:40
א גוטע וואך גרויזאמער,
סוף זמן קר"ש איז 3 שעות זמניות פונעם עלות, סאו ווער געוואור די עלות אינעם צאת אינעם מאנגאליאנער טיים זאון, און צעטייל דאס אויף צוועלף שעות זמניות.
נשלח ב-23/4/2006 07:41
Mongolia: The ministers from the Mongolian People's Revolutionary Party (including Foreign Minister Tsendiyn Munkh-Orgil, Defense Minister Tserenkhuugiyn Sharavdorj, and Justice and Home Affairs Minister Sundui Batbold) resign. On January 13 the parliament accepts the resignations, bringing down the government of Prime Minister Tsakhiagiyn Elbegdorj. On January 25 the parliament elects Miyeegombo Enkhbold as prime minister. A new cabinet is elected on January 28, including Nyamaa Enkhbold as foreign minister, Mishigiyn Sonompil as defense minister, Nadmidyn Bayartsaikhan as finance minister, and Dorjiyn Odbayar as justice and internal affairs minister.
איך ברענג דיר אראפ דעם שטיקל פון "RULERS.ORG", עס איז קריטיש וויכטיג אז דו זאלסט וויסן דעם ריכטיגן ערשטע נאמען פונעם פרעמיער... עס איז נישט "נייעגאמבא" נאר "מיאגאמבא", דו קענסט זיך נאך פארדינען טויט שטראף חלילה אויב דו וועסט שלעכט ארויסזאגן דעם ערשטן נאמען פונעם פרעמיער מיניסטער, דארט זענען זיי זייער מקפיד אויף זעלבסט ווירדע.
תוקן על ידי - קרעמער - 23/04/2006 7:43:49
נשלח ב-23/4/2006 07:46
גרויזאמער;
אזוי ווי עס וועט דיר אודאי אויסקומען ארומצורייזן אין די פארשטופטע לענדלעך וואו די רעגירונג הויפטן טוישן זיך שנעלער ווי א פאר אונטערוועש, צייכן איך דיר אן א לינק וואו דו קענסט זען די נעמען פון אלע הויפטן פון רעגירונג מימות די זיבצנהונדערט יארן ביז היינט.