| נשלח ב-24/4/2006 01:34 |
|
| |
פאול: דורכשניטליכע עלטער פון היידפארק שרייבער
אזוי ווי היינט איז אביסל געווען לעבעדיג אויפן פורום (בעיקר ווען די פאר מאנגאליענס האבן זיך צעלאזט, ווער האט די טעלעפאן נומער פון המספיק/רעים וכדומה?), בין איך אין די גיסטע געווארן ארויפצולייגן אזא סארט פאול (זייל בלשון אידיש), וואו דער עולם זאל איבערגעבן זייער דעת קדשם בנוגע וואס עס איז די דורכשניטליכע עלטער פון א היידפארק שרייבער!!!
פארשטייט זיך אליין אז קיינער וועט נישט שרייבן ווי אלט זיי אליין זענען (אייגנטליך [דא איז געשטאנען "וואטעווער דאס מיינט" אבער איז ארויסגענומען געווארן אויפן פארלאנג פון 3X0, עס ווערט יעצט - בעת מיר גייען צום דרוק - אריבערגעפירט צו דעם ספעציעל געווידמעטן אשכול פאר אלע וואטעווער'ס און מ'שטיינס געזאגעכצער] פארוואס נישט?), אבער פון דעסטוועגן דאך [דא איז אויך געשטאנען "וואטעווער דאס מיינט" אבער איז ארויסגענומען געווארן אויפן פארלאנג פון 3X0, עס ווערט יעצט - בעת מיר גייען צום דרוק - אריבערגעפירט צו דעם ספעציעל געווידמעטן אשכול פאר אלע וואטעווער'ס און מ'שטיינס געזאגעכצער] זאל דער עולם פרובירן געבן א זעלבסטשטענדיגן [אויך דא איז געשטאנען "וואטעווער דאס מיינט" אבער איז ארויסגענומען געווארן אויפן פארלאנג פון 3X0, עס ווערט יעצט - בעת מיר גייען צום דרוק - אריבערגעפירט צו דעם ספעציעל געווידמעטן אשכול פאר אלע וואטעווער'ס און מ'שטיינס געזאגעכצער] מיינונג, וואס איז נישט באאיינפלוסט פון דרויסענדיגע אפשאצונגען און אנאליזירונגען, [דא איז געשטאנען "מ'שטיינס געזאגט" אבער איז ארויסגענומען געווארן אויפן פארלאנג פון איינער פון אונזערע חשוב'ע חברי הפורום 3X0, עס ווערט יעצט - בעת איר ליינט די שורות - אריבערגעפירט מיט א ברינקס טראק צו דעם ספעציעל געווידמעטן {דא איז געשטאנען "וואטעווער דאס מיינט" אבער איז ארויסגענומען געווארן אויפן פארלאנג פון אונזער ידיד 3X0, עס ווערט יעצט - בעת איך שרייב די שורות - אריבערגעפירט צו דעם ספעציעל געווידמעטן אשכול פאר אלע וואטעווער'ס און מ'שטיינס געזאגעכצער} אשכול פאר אלע וואטעווער'ס און מ'שטיינס געזאגעכצער] וואס איז אייער פריוואטע מיינונג, ווי אלט איז דער דורכשניטליכער [דא איז געשטאנען "וואטעווער דאס מיינט" אבער איז ארויסגענומען געווארן אויפן פארלאנג פון 3X0, עס ווערט יעצט - בעת מיר גייען צום דרוק - אריבערגעפירט צו דעם ספעציעל געווידמעטן אשכול פאר אלע וואטעווער'ס און מ'שטיינס געזאגעכצער] היידפארק שרייבער???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 01:43 |
|
| |
איך קען נישט אויפהערן צו לאכן פון דיר, וואס איז געשען קרעמער? ביסטו משוגע געווארן מ'שטיינס געזאגט? ביסטו געפאלן א קרבן צו אויפגעטוישטע פילן? עניוועי וואטעווער איט מינס, בן הרחמן האלט איך איז קלאר אנדערעידזש וואטעווער איט מינס, ווייל אויב זיין עלטער זיידע אב הרחמן שרייבט דא, און זיין זיידע הרחמן (איך בין שוין צומישט) אבער פון די אנדערע זייט זעט מען דאך אז זיין זוהן ניני שרייבט אויך דא, איז דאך ווידער שווער, ווייל ער מוז שוין זיין לכל הפחות גענוג אלט צו קענען האבן א זוהן וואס זאל האבן צוטריט צום אונטערנעט, תיקו.
04
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 01:50 |
|
| |
איך גיי עס נישט איבערזאגן נאכאמאל!
בעני איז נישט מיין טאטע, ער איז גאר מיין זיידע (ע"ה)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 02:59 |
|
| |
בןהרחמן;
איך פארשטיי פון דיין תגובה אז די רעגולער היידפארק שרייבער איז 3 יאר, האלטסטו טאקע אז דריי יעריגע קענען זיך שוין אויס מיט א קאמפיוטער? אדער איז די 3 אן אנדייט אויף די איי-קיו פונעם היידפארק שרייבער.
צו אלעמען;
דער אשכול איז געגרינדעט געווארן אין א גוטמוטיגע אטמאספערע, דערפאר ווערט ער עפעס נישט ערנסט אויפגענומען, לאמיר דא נאכאמאל אראפשטעלן די פראגע, עס איז א נארמאלע חקירה וואס מאנכע האבן, און איך וויל נעמען א פאול פונעם עולם וואס איר האלט: וואס איז די דורכשניטליכע עלטער פונעם היידפארק שרייבער?
איך זעלבסט האב געוויסע השערות, וואס איך וועל אי"ה איבערלאזן אויף צום סוף, צוערשט וויל איך הערן אייער מיינונג אין די נושא.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 02:59 |
|
| |
יא! איך וועל זיין דרייסט און מורא-לאז (וועא"מס - מיין איך צו
פארקירצערן וואטעווער איט מיענס).....
משטיינס געזאגט איך וועל אפן און קלאר זאגן, יא! איך בין אן
עלטערער איד, א יענטאאש נאך פון די אלטע היים, און אזוי איז
אויך די יענטאאש'טע לאורך ימים ושנים. מיר פירן אן עלטערע
ווירטשאפט -א שטייגער וואו מען טרינקט נאך בארשט אום פסח-.
ביי מיר אויפן קי-בארד שווימען ארום גרויע-געלע-ווייסע הערעלעך
העכער די קנעפלען. איך טייפ נאר מיט די ברילן, און א טאג וואס איר
הערט נישט פון מיר איז טאקע ווען איך פארגעס איר אין שול. א גוטער
ארטיקל קומט נאר נאך א הייסע טעה מיט לימענע. און א גאר גוטער
ארטיקל איז ווען די פעניץ מיט די ציבעלע זענען גוט געלונגען. מיר עסן
טשיקן זופ מיט פאטעיטא איטליכער טאג פאר נאכטמאל, און אן עפל
מיט צובייס פאר מיטאג. און אזוי פירן מיר א ווערטשאפט ווי אלע עלטערע
אידן שעלטנדיג היטלער'ן יעדן אינדערפרי ביים צובינדן די שיך, און לאכנדיג
פון אים ווען מען זעט די בילדער פון די אייניקלעך אויפן רעפרידזשידערעטאר
(וועא"מס).....
קענסט מיך אפפרעגן?!....... משטיינס געזאגט, וואטעווער איט מיענס.....
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 03:57 |
|
| |
איך בין און די מיטעלע .....ציגער יארן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 04:53 |
|
| |
וואס שייך צו זאגן . לדעתי לדעתי זענען "היימישע שטותים" שרייבער אין די יארגאנג פון 24 ביז36 . געבויט אויף מיינע זעלבסשטענדיגע השערות, געפיהלן, ווי אויך אויףף די כאראקטעריסטן פון די שרייבער.
דאס ווארט 'דורכשניטליך' איז דא ממש נישט שייך. ווייל עס איז דא א שרייבן פון 77 יאר, און עס איז דא א שרייבערל פון בלויזע 16 יאר. דאס ווערט גערופן די שרייבערס זענען 'דורכשניטליך' 47 יאר ! (פארשטייסט פארוואס? רעכן אזוי: 77-17 = 60 - 50% = 30+ 17 = 47 )
אזוי גייט אין אלגעמיין די אמעריקאנע סטאטיסטיקס.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 08:36 |
|
| |
אלו ואלו דברי ......... חיים.
מלוה דמלכה רעדט פון אונז אין דארף, דאקעגן דער זיידע רעדט פון געוויסע פארום'ס וואס איך וויל
נישט שרייבן זייער נעמען.
דאס איז אויך מיין השערה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2006 23:33 |
|
| |
קרעמער
ווי לאנג דארפן מיר ווארטן אויף דיינע השערות?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 01:34 |
|
| |
איך שאץ אז דער דורכשניטליכער היידפארק שרייבער איז אין די צוואנציגער יארן, נישט יונגער ווי 21 (ווייל פארדעם האט מען געווענליך נישט קיין צוטריט) און נישט עלטער ווי 26 (וואס דאן האט מען שוין מער שכל...).
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 09:16 |
|
| |
דזשאסט געפיגורט אז נאטורליך איז 31
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 04:30 |
|
| |
גראף;
מיט דיין שאץ אויף "אונטער 21" קריג איך נישט. אבער מיט "העכער 26" קריג איך יא. דו ווייסט ווי אלט איך בין ?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 17:24 |
|
| |
באמת איז דער גראף אויך שוין אריבער דעי יאר פון 26 ער האט נאר געוואלט שאר מאכן אז ער האט נאך קאלעגעס אין א העכערע עלטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 18:26 |
|
| |
משנהלמלך
מיין רבי פלעגט זאגן אז א ליגנער ברויך האבן א גוט קעפל אויף זיך.
יעצט הער אויס פון וואו איך ווייס אז דו ביסט נישט עלטער ווי 26 יאר:
אויב דו געדענקסט האסטו אמאל געהייסן GESHMOKER (יא? דו שרייבסט דאך דאס אליין עטליכע מאל, לעצטנס אינעם אשכול פון פרעה'ס בילדער).
ווער עס געדענקט פלעגט "געשמאקער" זיך אונטערשרייבן אלץ "יואלי געשמאקער".
יעצט רעכן אויס ווי אלט די יואל'ישלעך זענען?
כ"ו אב תשל"ט - י"ב אייר תשס"ו = 26 פוינט 9.
אויסער אויב דו ביסט געווען פיר מאנאטן געל, אדער דו הייסט נאך יואל הנביא, ביסטו 26 אדער יונגער.
אויב דו פארשטייסט נישט, קענסטו איבערפרעגן.
|
|
|
|
|