א שאלע צום דיין: ווען דארף מען זאגן גם זו לטובה
איך האב נעכטן ריסטארט מיין קאמפיוטער און ביי די גוגל טאלק האט זיך עפעס פארענדערט לרע, ס'האט זיך געגעבן א דריי אויס אלע ווערטער, אלע אותיות און ווערטער קומען מיר אן פארדרייט, למשל "דיפלאמאט" זעה איך אלץ "טאמאלפיד" ביי די נעמען ווער עס איז אונליין זעה איך יא גוט, און אויך אז איך שמועס מיט איינעם און די פענסטערל איז אראפ געלייגט זעה איך אויך גוט וואס ער שרייבט ווען עס טאנצט ארויף די קליינע פענסטערל, אבער ווען איך שמועס געהעריג מיט איינעם זעה איך פארדרייטע יידישע ווערטער, און נאר ענגליש איז גוט ביי מיר.
מיין שאלע איז צו איך דארף זאגן פאר דעם "גם זו לטובה"?
|
|