בית פורומים היימישע קרעטשמע

סתם זיך רייצן? לאמיר רעדן ביזנעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/5/2006 00:05 לינק ישיר 
סתם זיך רייצן? לאמיר רעדן ביזנעס

זיצענדיג אינעם "הייליגן" מסורת הייד-פארק, ארומגענומען מיט הויכע מחיצות, על טהרת הקודש, עס זאל זיך נישט אריינכאפן קיין שום שלעכטן בליק פון יענע אנשי דלא מעלי די טריפה'נע גאס, רייכערנדיג דעם ציגערעטל וואס האט דעם סטיקער מיט פיצינגע אותיות "מיר באקוקן אליין די מעל, מיר זיפן אליין די אייער... בהשגחת וועד הרבנים שליט"א (וואטעווער איט מינס) רוה איך מיך אפ אינטערן שאטן, דאנקענדיג דעם רבונו של עולם פאר'ן שיקן דעם קילן ווינטעל ביז אינזער דארף, אה, נישטא די ווערטער, הודו לד' כי טוב

לויפן די מחשבות איבער די וואכעדיגע סדרה, איבער דער שיעור מיט מיין חברותא, איבער די מוסר דרשה וואס מיין פאסאנדזשיר האט מיר נעכטן געגעבן היתכן איך האלט מיין תפלין בייטעל אויף די זיץ אין קאר, א ירא שמים - זאגט מיין ליבליכער נערווירער - האלט דאס אין די האנט בשעת דרייווען, און ס'איז אפילו נישט קעגן דאס געזעץ בלא בלא בלא

אין אז מיינע מחשבות גייען, דערמאנט מען זיך אז דער "קרעדט קארד פעימענט" איז נאכנישט באצאלט, ס'ווארט נישט אויפן סטעמפ און אויך נישט אויף מיין ליבליכן נאסן לעק ער זאל זיך צוזאמקלעבן, ס'ווארט אויף א נישטיגן צעטל, מיט מיין חתימה אז איך בין מסכים אז DISCOVER - מיין ווייב'ס בעסטע פרענד, לא זזו ידה מתוך ידה, נישט קיין חילוק וועלכען פלאץ מכדור העולם מען געפינט זיך - דער אנטיסימיט, זאל ארויסשלעפן פונעם באנק אקאונט דעם סכום וואס ער האלט ס'קומט זיך אים.

קען אים נישט איינער מסביר זיין, אז ער - דיסקאווער - דארף זיך שפירן פאר א זכי' אז א דאנק אים האט מען געקענט איינקויפן אלע צרכי החג מיט א רואיגן קאפ.

זיצענדיג און טראכטענדיג אויפן שלימזל'דיגן ביל, וואס מיינט ער? ער מיינט אז ער איז משה-גרויס? דער איינציגער ביל וואס איך פארמאג? קען ער זיך נישט רעכענען מיט'ן ביטערן מציאות אז מיין לעדל פארמאגט שוין אפאר אזעלכע שמאטעס? רעכענט ער זיך טאקע נישט אז איך האב טעל. ביל'ס, שכר לימוד שטייער, און פילצאליגע עניי עירך בריוון, בנוסף צו איין בריוו וואס שוידערט אויף יעדן רעכטדענקעגיגן מענטש מיט א ריזיגן בילד ווי עס גליטשט אראפ א  טרער אויפן גאנצן ברייט פונעם ענוועלאפ?

איך וויל ניטאמאל דערמאנען דעם "עלעקטריק ביל" וואס איז ווערט אים אראפצוזעצן אויבן אן אויפן "עלעקטריק טשעיר" צוליב זיין יאוואזשאנער איינפאל צו רעכענען די העכסטע.

נו, אין אזא פאל, הייבט מען אן צו שוויצן, ס'ווערט מיר קלאמבערע אויפן הארץ, עס ווערט הייסער און הייסער, איך נעם אפיר מיין ביבער / שטאפן / קראך-היטל (פארראכטן צוליב די תקנת הפורום...) פרובירנדיג עס צו פירן אהער און אהין.

אזוי פלוצלינג, לאמיר עס אנרופן השגחה פרטיות, לויפט מיר דורך ביי די לינקע זייט פונעם קרעטשמע דער וואסער טרעגער מיטן פעסל וואסער אויפן איקסל !! ער גייט אוועק, און א מינוט שפעטער איז ער ווידער דא, קוקט אויס ער האט אסאך קאסטומער'ס... איך נעם מיך ציצקען,,, צצצצצצצצ,,,,,,,, העלוי? קענסט מיר דא אראפלייגן איינס?

ער דרייט זיך צו מיר, געט א שמייכל, און ווערט נעלם כהרף עין

איז מיין שאלה געוואנדען צו דעם יעניגן: איך זעה דו לויפסט ארום, ווילסט מאכן א דאלער, פרעגן מיר דיר: סתם זיך רייצן? לאמיר רעדן ביזנעס, לייג אראפ דעם פעסל, לאמיר טועם זיין און זעהן וואסערע סחורה די פארמאגסט.

אוי בין איך דארשטריק



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2006 00:43 לינק ישיר 

לייגסט עס אזוי גוט אראפ אז איך פיל ווי איך וואלט עס אליין געהערט פון דיין מויל , ממילא איז מיין תירוץ ,
איך הער וואס דו זאגסט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2006 00:46 לינק ישיר 

מצורף קובץ

וואספארא טאג איז היינט דא אין קרעטשמע, דער גאנצער עולם איז אויפגעשטאנען תחית המתים אדער וואס? חיים חייקל; איך קען נישט גלייבן אז דו ביסט פארביי געגאנגן די קרעטשמע אין נישט אריינגעקומען גריסן, עטליסט.

און פאר דיר יגר'ל, (אז דו זאלסט נישט אהיים קומען נערוועז) אויב וואסער איז דאס וואס דו ברויכסט, נאדיר א טרינק.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2006 00:57 לינק ישיר 

רבותי איינער האט אנגענומען זייער ערענסט דעם ערשטן חלק פונעם קעפל און אנגעפאנגען מאכן חרבנות , איך באמערק אז ס'איז דא 4 תגובות מאך איך נאכאמאל ריפרעש אינדערווייל איז נישט צוגעקומען קיין איין תגובה , מאך איך נאכאמאל ריפרעש און ... ס'איז דא 0 תגובות , גיי איך נאכאמאל אריין אינעם קרעטשמע און די תגובות זענען די זעלבע כאטש ס'שטייט 0 תגובות , וואס גייט דא פאר ?  איז דאס נאר ביי מיר אדער ביי אנדערע אויך ? תוקן על ידי - איך_הער - 10/05/2006 0:59:18



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2006 01:02 לינק ישיר 

אלטע טעקניקל פראבלעמ'ס, שוין אויסגעשמוסט אמאל.

איכל דיר נאך דאס איינמאל מסביר זיין, איך האב געלייגט א תגובה מיט א בילד, עס איז נישט געלונגן האב איך עס אויסגעמעקט, וועגן דעם איז דאס געשעהן, קאמבראנדא? (סוישי אזוי זאגט מען).

מיי פאלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2006 01:16 לינק ישיר 

שוין ווידער קען איך מיין התפעלות נישט איינהאלטן, געוואלדיג יגר'ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > סתם זיך רייצן? לאמיר רעדן ביזנעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext