בית פורומים היימישע קרעטשמע

(להבדיל בין קודש לחול) חדשים לבקרים: היינט געזען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2006 16:34 לינק ישיר 
(להבדיל בין קודש לחול) חדשים לבקרים: היינט געזען

אין דעם פורם שיעור עיון האט אונזער קאלעגע קרעמער געפנט אן אשכול  "חדשים לבקרים: היינט געזען",
 וואס אגב, איז עס זייער א שיינע אשכול, האב איך געקלערט צו גיין אין זיינע פיס-טריט נאר לגבי מילי דעלמא.



איך האב היינט געזען אויפ'ן 'דבר יום ביומו' צעטל, אז אויב קויפט מען די טראלי טיקעט ביכעל מיט די שבת ארדער, גייט עס אריין אין כלל פון הוצאת שבת.


(טאמער פארשטייט איר נישט וואס איך האב געשריבען, דאן פרעגטס איינעם פון ענקערע וויליאמסבורגע חברים)



תוקן על ידי - פרעטצעל - 14/05/2006 16:41:01



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2006 17:03 לינק ישיר 

די דבר יום ביומו צעטל האט א הסכמה?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-14/5/2006 18:22 לינק ישיר 

פרעטצעל;

יישר כח פארן מפרסם זיין מיין אשכול אין דעם שיעור עיון פורום, איך האב טאקע געקלערט אז עס איז כדאי אז די קרעטשמע זיצער זאלן געוואויר ווערן דערפון, ווי נישט ווי, קען מען דערפון ארויסנעמען עפעס אינטערסאנט און נוצליך, יישר כח פארן מודיע זיין דעם עולם דערוועגן.

דיין בייפאל פון להבדיל בין קודש לחול איז אויך נישט אזוי שלעכט, וועל איך טאקע דא אריינלייגן א גוטס וואס איך האב היינט אינדערפרי געזען אינעם וויליאמסבורג בולעטין, ער שרייבט (אויף זייט 4 בערך) אז גנבים ברעכן זיך לעצטנס איין אין שוהלן צו גנב'נען פושקעס, אין די לעצטע 2 וואכן האט מען שוין געכאפט צוויי חברה, איינער האט זיך איינגעבראכן אין קאשוי ביהמ"ד, און דער אנדערער אין קינגס טערעס שוהל אויף קליימער סטריט...

יא, מען זעט אז די וויליאמסבורג בולעטין ווערט צוזאמגעשטעלט אין מאנרא... (דאס איז אויסער די סימן מובהק וואס מען האט געקענט זען אינעם תורה ארטיקל פונעם פארגאנענעם וואך וואס צוליב תקנות הפורום וועל איך נישט אריינגיין דערין).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/5/2006 19:36 לינק ישיר 

מאך מיך נישט טראכטן פון די בולעטין! אלע ארטיקלעך איז נאך אראפצושלינגען, אבער דאס צו מוחה זיין יעדע וואך אויף עפעס אנדערש אין די עדיטאריעל, עעך עעך עעך! מען צאלט געלט פאר א שרייבער און מען ווארנט אים אן טרעף עפעס אויף וואס מוחה צו זיין, משטיינס געזאגט.

אוקיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2006 01:40 לינק ישיר 

היינט געזען אז אברהם אבינו איז געגאנגען מיט א געפלאכטענע עטרה.


מר. קרעמער פון ווי נעמסטו דאס?
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2006 01:50 לינק ישיר 

פרעטצעל;

אינטערסאנט אז פון אלע קרעטשמע וואנדערער האט נאך קיינער נישט איבערגעפרעגט וואס מיין ראיה איז, טראצדעם וואס עס איז שוין פארלאפן א היבשע פאר חדשים זינטן שרייבן פון די תגובה.

זעט אויס אז די וועלטס ווערטל: "א גאסט אויף א ווייל, זעט א מייל" האט עפעס אמת אין זיך.

עניוועי, די ראיה איז גאנץ א פשוט'ע, איך קען א איד וואס איז אן איידעם ביי אברהם אבינו (ער האט חתונה געהאט מיט א גיורת) און ער גייט מיט א געפלאכטענע עטרה אויפן טלית, איך גלייב אז זיין שווער האט אים דאס געקויפט.

סימפל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/5/2006 03:12 לינק ישיר 

קרעמער;

האסט מיר אריינגעלייגט אין א שטיקל דילעמע. ווייל איך קען א איד וואס איז גראדע א זון פון אברהם אבינו'ן, און ער איז אויך א שוואגער מיט וועם דו קענסט, ווייל זיי זענען ביידע איידעמער אויף איין פלאץ... און ער גייט אין א געקעסטלטע עטרה.

ס'שוין גארנישט אזוי סימפל.










דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2006 03:18 לינק ישיר 

העי העי העי העעעעעעעעעעעעעי!!!!!!!!!!!!!........ כאפטס אים! כאפטס אים!!!!!!!!!......... יין שרף קום אהער!.... איין רגע נאר.......... ההההההה......... איך וויל נאר מיטשיקן א פעקל פאר 'אב הרחמן' ווען די גייסט צוריק ארויף אויבן........ קענסט מיר אזוי גוט זיין טון די טובה? אדער דארטן מאכט מען אויך אזא אונטערזיכונג אויף יעדן ווי דא ביים עירפארט?....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2006 01:04 לינק ישיר 

היינט געזען א איד וואס האט קנעפלעך אויף זיין קראגען.


איינער ווייסט די פשט דערפון?
צו האט איינער פון ענק שוין געזען אזא זאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2006 02:09 לינק ישיר 

איז ער א פרומער איד געווען?

אויב יא, האב איך א שטיקל פשט דערויף בדרך נסתר.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/6/2006 03:06 לינק ישיר 

קרעמער,

WOW!  דו קענסט נסתר אויך, ואנכי לא ידעתי.

צו ער איז א פרומער איד? המממממ... ווענד זיך וואס ס'מיינט ביי דיר פרום, איי דאוד אז ס'האט עפעס מיט נסתר, באט העי יו קען נעבער נאו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2006 04:07 לינק ישיר 

קרעמער,

איך ווארט נאך אלץ צו הערן די פשט פון די קנעפלעך אויף די קראגן.

==
היינט האב איך געזען אויף די וויליאמסבורגע גאסן ארומפארן א גרינע טראק און אויף די זייטן פון די טראק איז געווען אדווערטייזמענטס, אבער נישט קיין פלעינע עד'ס נאר ס'איז געפארן, א יעדע מינוט א צווייטע אדווערטייזמענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2006 05:57 לינק ישיר 

אזוי ווי די טעקסי'ס?
 
---
 
די פשט מיט די קנעפלעך אויפן קראגן איז אזוי: ווי באקאנט ברויך א ד' כנפות האבן ציצית, שטעלט זיך א באקאנטע פראגע, וואס טוען די חברה וואס האבן א שליץ פון הונטען, פארוואס לייגן זיי נישט קיין ציצית אויפן רעקל? עס פארמאגט דאך פיר עקן?
 
דערפאר פירן זיי זיך צו מאכן די ווינקלן רינדעכיג.
 
יעצט, יעדע רעקל אויב דו וועסט אויפמאכן די קראגן (קאלנער) וועט עס פארמאגן פיר עקן! ניין? צוויי פון אונטען און צוויי פון אויבן. דערפאר לייגן די יעניגע א קנעפל, אז עס זאל קענען פארמאכט ווערן, און אויב מען קען עס פארמאכן, איז שוין גרינגער, ווייל עס הייסט שוין כאילו פארמאכט.
 
ענליך צו דעם איז דא א מנהג פון טייל צו לייגן סנעפס אויף די איינגעקנייטשע (נו, וויאזוי הייסט עס) קראגען'ס פון א טלית קטן, ווייל זיי האלטן אז כדי עס זאל פארמאגן די שיעור וואס איז מחויב בציצית, מוז מען דאס קענען פארמאכן.
 
כל זה אמרתי רק בדרך אפשר, והנלע"ד אמרתי



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/6/2006 18:28 לינק ישיר 

פרעצל.

די קנעפלעך אויפן קראגען איז ביים העמד אדער ביים רעקל?

אויפן העמד איז די אלט-נייע סטייל.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > (להבדיל בין קודש לחול) חדשים לבקרים: היינט געזען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext