| נשלח ב-22/5/2006 19:58 |
|
| |
!!!!!!!!~~~~~~~~חרם~~~~~~~~!!!!!!!!
עהההההההההההההההההההה.................. עהההההההההההההההההההההההההההה............... אאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאיייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי איייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי ייייייייייייייייייייייייייייא יייייייייייאאאאאאאאאאאאייייייייייייייייייאאאאאאאאאאאאאאאאייייייייייי געטס מיר א טישו, עהההההההההההההההההההההההההההההההההההה........................ עעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעהההההההההההההההה........................
מורי ורבותי, מיט א שווער געמיייייייייייייייייייייט אאאאאאאאאאאוווווווווווווווווווווייייייייייייייייייייייייייייייי ווווווווווייייייייייייייייייייייי געוווווווווווווווווווווואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאללללללללללללללדדדדדדדדדד איך קען נישט רעעעעעעעעעעעעדדדדדדןןן מיין מויל אז פאקלאפט אאאאאאאאאאאאאאאאאאאאווווווווווווווווווויייייייייייייייייייייייייייייייייי אווווווווווווווווויייייייייייייייי וואו נעמט מען דאס אין מוח ארייייייייייייייןןןןןןןן, איך וויין און ווווווווווווווווויייייייייייייייייייייייין איך קען נישט צוזיך קומעןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןן, אזא ביטערע מאנססססססססססססססעעעעעעעעעעעעעעע, ווען האב איך זיך גערישט אויייייייייייייייייייייייייייי וווווווווווווווווווייייייייייייייייייי ווען ?????????????????? אבער ווען האב איך געקלערט אז איך זאל דארפן מאכןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןןן אוווווווווווווווווייייייייייייי א חחחחחחחחחחחחחחייייייייייייייייייייייירררררררררררררררעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעם עההההההההההההההה.........
ליידער בעונינו הרבים איז אנגעקומען צו מיינע אויערן די ביטערע ביטערעעעעעעעע שמועהה, אז ליידער האט זיך גרויזאמער געוווווווווואאאאאאאאאאאגגגגגגגגגגט צו טשעפען כל הקודש לנננננננננננווווווו, ער האט אן רחמנות פארככככאפט דעם אוייייייייייייייייייייי וווווווווווווווווויייייייייייי איך קען נישט רעדן, די ווערטער שטיקן מיר, אוי וויי ווי קען איך מיר באהאלטן פאר בושה.
פארכאפט יא אזוי ווי איר הערט!!!!!!!!!! געוואלדד!!!!!!!!!!!!!! פארכאאאאאאאאאאאאאאאאפט, אוי בעונותי הרבים, דעם חשובען בר אוריין תלמיד חכם בנן של קדושים, בר בי רב, אלע טיטולען וואס איז נאר פארהאנען מורה מורינו הרב ערעב ק(כ)רעמער, שיחי' לאורך ימים טובים אמן
כליפפפפפפפפפפפפפ כליפפפפפפפפפפ
אלזא האמיר געמאכט א אסיפה דחופה צווישן די חכמי הקרעטשמע רבנן ותלמידיהון, מיר האבן געהאט א זכי' אז דער אלטער זארעכפעפער האט זיך אויך באטייליגט, און מיר זענען צוגעקומען צו די החלטה, יא מיר זענען ליידע געצווינגען צו קומען צו אזא החלטה, און מיר מוזן לייגן אין ח' דעם ניק גרויזאמער ביז ווילאנג ער געבט נישט אפ די גזילה.
1) יעדער וואס קען האבן א השפעה אויף איהם איז מחויב אויף איהם צו משפיע זיין אז ער זאל דאס צוריק געבן צו זיין אמת'ער באלעבאס
2) מ'טאר איהם נישט מצרף זיין צו מנין, אפילו ער פארופט דאס מנין
3) אויב זאגט ער קדיש טאר מען נישט ענפערן אמן נאך איהם
4) מ'טאר נישט גיין אין זיינע דלת אמות, און רעדן מעג מען נאר מיט איהם פון דערווייטענס
5) זיינע קינדער מעגן זיין אין די מוסדות ביז ווילאנג מ'על מיר עפענען א מוסד פאר ספעצילע קינדער פון מוחרמים.
6) קיין שום מיינונג אין די קהלה אנגעלעגנהייטן וועט נישט אויסגעהערט ווערן פון איהם.
7) מ'טאר נישט זיצן לעבן איהם אין שוהל דריי טישן פון אלע זייטן זאלן זיין ליידיג
8) יאנאש טאר איהם קיין משקה נישט צוגרייטן אין די קרעטשמע
9) אן עלי' איז נישט ערלויבט פאר איהם אפילו ער האט יארצייט וכדו'
10) קיינער זאל נישט נעמען קיין געוואגט שריט אן די פולסטע בארעכטיגונג פון די מנהלי הקרעטשמע, און די רבנים.
ביז ווילאנג ער וועט זיך ברעכן לבבו הערל, און ער וועט קומען מקבל נזיפה זיין כדת וכדין.
והי' בזה שלום
הק' התאחדות פה קרעטשמע יצו סטעיט היידפארק, מדינת אינטערנעט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 21:37 |
|
| |
וואס אן איבערלעבעניש, איך זיץ אין קרעטשמע איבער א קליין גלעזעלע לחיים, מיר שמועסען גיטמוטיג מיט געציילטע שפעט-פארבלייבער וואס יאגען זיך נישט צו דער ארבייט, אלע שלינגען דאס לעקיך מיט קענטיגע פארגענוגען, אשטייגער דער וואנט זייגער איז היינט געקומען צו א שטיל שטאנד.
דער גראף פאריכט די הויזען טרעגער און בינדט צו די שיך אויף אמאל. דער שמש נעמט צוזאם די סידורים און שטעלט אויפ'ן פלאץ די בענק. עס ווערען דורך געליפטערט דברים העומדים ברומו של עולם. רבי קרעמער זיצט ביים עק בית מדרש און לערעט דעם חק הויעך אויפ'ן קול. ווען פלוצים הערן מיר א קול רעש גדול ווי א זיבען אלארם פייער אבער דאס קול קענטיג אז דער געשריי איז משלנו. איך נייגעריגער, שטעל זיך אויף אופ'ן קעסטעל ביים פענצטער, צוריק די ווערטיקעל'ס אויף רעכטס און קוק זיך ארויס פון די שפארעס, וואס זעה איך? נישט קיין צווייטער נאר דער דיין דקהלתינו מיט אפאר אינטער שמשים קומען צו גיין בקולות וברקים, די פענימער פארעלטערט און באדעקט מיט טליתים גדולים. לאנגע פארדרייטע הירשן שופרות טרומפייטערען און שאהלען, דאס ווינט בלאזט ווי אינמיטען א טבת נאכט אבער די שווארצע גרויסע ליכט ווערען נישט פארלאשען. עס קוקט אויס שרעקעדיג ביז גאר. דאס הארץ קלאפט פלינק און הויעך, אוי גאטעניא וואס האט שוין פאסירט?
דער אלטער זרעכפעפער קומט אריין דאס ערשטע אין טרעיט צו גלייך צום ענין. מיט א בינטעל אלטע כתבים אין דער האנט שפרייזט ער מיט לאנגזאמע טריט צום באלעמער, מען צועפנט דאס בינטעל ווי א מוהל צועפענט די ווינדלען. אלע ארומיגע פרובירען אריין קוקען ווי דער אלטיטשקער לייענט שטיל מיט פאריקטע גלעזער פון די אלטע שריפטען מיט טינט. א בחור'ל פאריכט אים דער טלית וואס פאלט כסדר אנידער און רבי זרעך מורמעלט אריין צום סאכדעס אין אויער א שטילער הסכמה און דער פראצעדור הייבט זיך אן. די לופט שפירט זיך ווי ביי למנצח דער ערשטער טאג ראש השנה. געוואלד וואס גייט דא יעצט זיין?
גענוי ווי איר האט שוין דא פריער געלייענט, מען האט גחרמ'ט איינעם פון אונזערע תושבי הקרעטשמע, איך ווייס נישט וואס איז געבליבען לבסוף ווייל איך בין ארויס געלאפען און געלאפען נישט קוקענדיג אויף צוריק, מורא האבענדיג פון האבען א סוף ווי דאס ווייב פון לויט.
אצינדער האב איך זיך אראפ געזעצט זיך אביסעל אפרוען. אינטער'ן רושם פון דעם שווערען מיטמאכעניש און הארץ קלאפעניש.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 01:55 |
|
| |
יישר כח חשוב'ער דאיען און אלע זיינע מיטהעלפער, יישר כח נאטורליך, און יישר כח פאר אלע וואס האבן געהאט א האנט אינעם צוריקקער פון מיין ניק צו איר ארגינעלע בעל הבית. זאלט איר קיינמאל פון קיין צער נישט וויסן, מען זאל אייער ניק נישט פארכאפן אין אייער לעבן, און איר זאלט קענען געזונטערהייט אנפירן אייער באשיידן לעבן דא ביי אונז אין דערפל על התורה ועל העבודה ועל גמילות חסדים.
|
|
|
|
|