בית פורומים היימישע קרעטשמע

די מדרש פון די צוויי ברודער'ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2006 01:52 לינק ישיר 
די מדרש פון די צוויי ברודער'ס

מדרש פון צווי ברודער'ס: אלטע ווערסיע און נייע ווערסיע


אלטע ווערסיע;

עס איז אמאל געווען צוויי ברודער, איינער איז געווען אליינס אן קיין ווייב און קינדער און דער צווייטער איז געווען חתונה געהאט און געהאט א שטוב מיט קינדער.

די צוויי ברודער'ס האבן ביידע געהאט א שטיקעל קרקע, א פעלד, זיי פלעגן אקערן זייען שניידען און אזוי ווייטער און דערנאך פלעגן זיי זיך צוטיילען גלייך אויף גלייך איינער מיט'ן צווייטען.

ויהי היום, ס'האט אויסגעבראכן א הונגער אין דעם שטאט ווי זיי האבן געוואוינט, דער ברודער וואס איז געווען חתונה געהאט טראכט צו זיך, נעבעך מיין ברודער ער זיצט אליינס ער האט נישט קיינעם אויף די וועלט ער אידאך אזא רחמנות, לאמיך אים צוגעבן אביסעל פון מיין חלק, אינמיטן די נאכט גייט ער ארויס אין פעלד און ער לייגט אריין אין זיין ברודער'ס זאק נאך אביסעל תבואה.

פון די צווייטע זייט זיצט זיך דער צווייטער ברודער און טראכט צו זיך, מיין ברודער איז דאך חתונה געהאט ער פארמאגט א גאנצע שטוב מיט קינדער וועם ער דארף אויסהאלטן, משא"כ איך וואס פעלט מיר שוין, איך דארף נישט האבן אזוי סאך, אינמיטן די נאכט גייט ער ארויס אין פעלד און ער לייגט אריין אין זיין ברודער'ס זאק נאך אביסעל תבואה.

אזוי האט דאס אנגעהאלטן פאר א שטיק צייט ביז איין נאכט האבן זיך צאמגעטראפן די צוויי ברודער'ס, איינער פרעגט דעם צווייטען וואס זוכסטו דא, בקיצור זיי האבן זיך ארויפגעווארפן איינער אויפן צווייטען, זיי האבן זיך ארומגעהאלזט, און געוויינט דארט, ווען דער אייבערשטער האט דאס געזען, האט ער געזאגט דא אויף דעם פלאץ וועל איך אויפבויען דעם ביהמ"ק.


נייע ווערסיע;

עס איז אמאל געווען צוויי ברודער, איינער איז געווען אליינס אן קיין ווייב און קינדער און דער צווייטער איז געווען חתונה געהאט און געהאט א שטוב מיט קינדער.

די צוויי ברודער'ס האבן ביידע געהאט א שטיקעל קרקע, א פעלד, זיי פלעגן אקערן זייען שניידען און אזוי ווייטער און דערנאך פלעגן זיי זיך צוטיילען גלייך אויף גלייך איינער מיט'ן צווייטען.

ויהי היום, ס'האט אויסגעבראכן א הונגער אין דעם שטאט ווי זיי האבן געוואוינט, דער ברודער וואס איז געווען חתונה געהאט טראכט צו זיך, מיין ברודער איז אליינס ער האט במילא נישט קיינעם דא, וואס דארף ער האבן אזוי סאך, משא"כ איך דארף דאך שפייזען א גאנצע שטוב מיט קינדער, אינמיטן די נאכט גייט ער ארויס אין פעלד און גנב'ט ארויס פון זיין ברודער'ס זאק און לייגט עס אריין צו זיך.

פון די צווייטע זייט זיצט זיך דער צווייטער ברודער און טראכט צו זיך, מיין ברודער איז חתונה געהאט ער האט כאטש א משפחה, משא"כ איך האב נישט קיינעם אויף די וועלט, לאמיך כאטש האבן תבואה, אינמיטן די נאכט איז ער ארויסגעגאנגן אין פעלד און ארויסגענומען פון זיין ברודער'ס זאק און אריינגעלייגט צו זיך.

אזוי האט דאס אנגעהאלטן פאר א שטיק צייט ביז איין נאכט האבן זיך צאמגעטראפן די צוויי ברודער'ס, איינער פרעגט דעם צווייטען וואס זוכסטו דא, בקיצור זיי האבן זיך אנגעפאנגן ארומצוטענה'ן איינער מיטן צווייטען, ס'איז געווארן זייער היציג, זיי האבן זיך אנגעפאנגן צו שלאגן הענט אין פיס.

און דארט אויף דעם פלאץ ווי זיי האבן זיך ארום געשלאגן האט מען אויפגעשטעלט די כנסת המינים.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2006 12:52 לינק ישיר 

פערטל,

ביסט א גרויסער מחמיר. עס קען דאך נישט זיין אז יעדן פלאץ וואס מ'שלאגט זיך ארום איז מוכשר לקבל טומאה ווייל אויב יא ........ואין כאן המקום לאריך .

לדעתי איז באותו מקום  געווען עפעס ערגער .

ד.א. וואס זאגסטו צו דעם רוח וואס האט זיך ארום געדרייט אין דעם כנסת ערב שבועות?
קוק דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2006 18:33 לינק ישיר 

צו דעם רוח זאג איך נישט גארנישט, כ'לאז עס איבער פאר די ספרד'ישע חכמים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > די מדרש פון די צוויי ברודער'ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext