|
|
| נשלח ב-7/6/2006 22:38 |
|
| |
hey guys, long time no see
וואס הערט זיך דא צווישן די פיר ווענט פון די קרעטשמע?
תוקן על ידי - גראף - 07/06/2006 22:39:31
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 22:53 |
|
| |
גראף,
מ'האט זינט דאן צוגעבויעט נאך צוויי ווענט, די קרעטשמע האט היינט צוטאגס זעקס ווענט.
תוקן על ידי - דן_25 - 07/06/2006 22:55:24
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 23:22 |
|
| |
אויב שוין זעקס ווענט, פארוואס זאל מען דאס נישט מאכן אכט-עקיג, פענטאגאן בלע"ז?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 23:27 |
|
| |
גראדע איז געווען גרויסע מיטונגען וואס האט זיך פארצויגן אויף שעות אינדערנאכט אריין, מהאמיר געוואלט מאכן א פענטאגאן, אבער לעמאנסע, ווילן מיר נישט ביום מן הימים שיקן א מיסל דערינען, און זאגן אז די גרויזאמע הענט האבן דאס געטוהן מיט א פליגער. (ווער געדענקט אין וואסערע סיטואציע גרויזאמער איז אריינגעקומען צו אונז)
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 23:41 |
|
| |
גראף;
איך גלייב נישט וואס דא גייט פאר, דער אלטער יאנאש ברויך פארעכטן דעם הויכגעשעצטן גראף?
פענטאגאן איז א פינף עקיגער זאך, נישט אכט עקיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 00:26 |
|
| |
יאנאש יאנאש
ביסט זייער גערעכט, איך האב זיך צומישט מיט די OCTAGON זייפל וואס ליגט מיר אויפן סינק די לעצטע שטיק צייט.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|