בית פורומים היימישע קרעטשמע

פאקעט פיסי אדער פאלם?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2006 00:00 לינק ישיר 
פאקעט פיסי אדער פאלם?

איך וויל מיר יעצט קויפן אזא סארט מאשינקעלע (פארוואס דען נישט?) און איך וויל וויסן אויב איינער האט עקספיריענסט דערמיט, צו וויסן וואס פון די צוויי זענען בעסער.

אויך אויב מען קען האבן קאנעקשען צו די נעט דורך דעם (זשעי נעט?..)

און די חילוק צווישן עס האבן צוזאמען מיט א סעל אדער עקסטערע.

און וועלכע זענען די בעסטע פון די הונדערטע מינים



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 00:17 לינק ישיר 

יאגעל ביין אונז אין קרעטשמע איז נישט פארהאנדן אזעלכע מכשירים, אויב ווילסטו דעס פארקויפן דא דארף מען קודם מאכן א בארד מיטינג, און דאן אולי ואולי, חוץ מזה נעקסטיים געב אפאר לינקס מ'זאל וויסען פון וואסערע מכשירים דו רעדסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 00:29 לינק ישיר 

איך וויל פארקויפן? קויפן וויל איך!!

קודם זאגסטו אז מען פארקויפט נישט אזעכע מכשירים (טייטש: ווייסט וואס איך מיין), דערנאכער ווילסטו א לינק ווייל האסט נישט קיין אנונג פון וואס איך רעד?

זיי מסביר תוקן על ידי - יאגעלע - 08/06/2006 0:31:02



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 00:45 לינק ישיר 

ווילסט א לינק?

דא האט עכטע נייעס געלייגט אין כל העולם כולו

*-- _mName *
דא קענסטו זיך אביסל אומקיקן וואס ס'איז דא

www.palmblvd.com

http://www.mytreo.net




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 02:45 לינק ישיר 

היות עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך שרייב אויף דעם פארום וויל איך מקיים זיין דעם פותחין בכוד אכסניא איי עם עי פעירסט טייעם לאנג טייעם אין איך האב באמת פארגעניגען דא צו פארברענגען. ויישר כוחכם קיעפ איט אפ..
און יעצט צו די שאלה וועגען פאקט פיסי אדער פאלם. איך גיי נישט זאגען וואס צו קויפען נאר א שטיקעל אנאליז..
פאלם
ניצט זייער אייגענע אפערעיטינג סיסטעם
פאקעט פיסי
ניצט ווינדאס אפערעיטינג סיטעם און עס זענען דא אסאך קאמפעניס וואס מאכען פאקעט פיסיס 
גרינג צו ניצען
פאלם
איז גרינגער צו ניצען למשל צו עפענען א פראגרעם דריקסטו אויף די סיבאל און עס איז אפען און ווען דו גייסט ארויס דערפון איז עס צוגעמאכט און עס ניצט נישט מער קיין מעמארי.
פאקעט פיסי
דארף מען קודם אויף זיכען ווי די פראגרעם איז און ווען דו גייסט אריוס דערפון בלייבט עס נאך אלץ ארבעטען אין די בעק גראנד אוןביז די פארמאכסט נישט די פראגרעם אין די מעמארי סעקשן ניצט עס אויף פון די מעמארי ספעיס אבער ווען איינער קען זיך שוין גוט אויס אין פאקעט ווינדאס זעט מען אז עס איז אסאך מער פלעקסיבאל און א טיפערער אפערעיטינג סיסטעם פון פאלם.
טאג טעגליכע באנוץ
ביידע האבען ארגענייזערס און אדרעס ביכער און לוחות און אלארעמס צו דערמאנען אפוינטמענטס וכדומה.
פאלם
איז בעסער מיט די אלארעמס וויל עס ארבעט בדרך כלל אייביג 
און ווי אויך מיט די טעסק מענידזשער
פאקעט פיסי
איז בעסער מיט די אדרעס בוך ס'האט מער אפציעס
און איינע פון די גרעסטע מעלות פון פאקעט פיסי איז די טאדעי סקרין וואס ווען די צינסט אן די מאשין קומט ארויף דיינע קומענדיגע אפוינטמענטס און דיינע קומענדיגע פליכטען (טעסקס) אימגעליינטע אימעלס און מעסעדזשס.
סטעבילעטי אינעם סיסטעם
פאלם
ווען ס'מאכט זיך אז א פראגרעם קרעשט דארף מען געווענליך מאכען א סאפט ריסעט אבער עס קרעשט ווייניג.
פאקעט פיסי
 קרעשט אפטער ווי פאלם אבער מ'קען פארעכטען דעם פראבלעם גרינגער דארוך די מעמארי סיסטעם
 (אבער עס איז אלץ גוט צו מאכען יעדע שטיק צייט א סאפט ריסעט פארשטייט זיך מ'זאל קודם אלעס סעווען)
מוזיק און געימס און ווידיא
פאלם
האט שוין היינט צוטאגס גאנץ א גיטען סיסטעם
פאקעט פיסי
איז אביסעל בעסער אין דעם.
אריין לייגען אינפארמעשן דהיינו שרייבען דערויף וכדומה
ביידע די זעלבע גוט
דריטע פארטיי סאפטווער
פאלם
האט ווייניגער פראגרעמס ווען מ'קויפט עס אבער עס איז דא אלץ (בדרך כלל) צו באקומען דארוך א דריטע פארטיי בכלל האט אדערוויל פאלם מער דריטע פארטיי פראגרעמס און געימס ווייל עס איז עלטער און כמעט אלע אלטע פראגרעמס אדער געימס ארבעטן אויף די נייע פאלמס אויך
פאקעט פיסי 
קומט יא מיט מער פראגרעמס און די מעלה איז אז עס איז כמעט די זעלבע וואס די ניצט אויף א געהעריגע קאמפיאטער ווי ווארד, עקסעל,וכדומה אבער נישט אלע אלטע דריטע פארטיי סאפטווער און געימס וועלן ארבעטען אויף די נייערע מאשינען 
אבער ביי ביידע אז די זכסט א ספעסיפיק זאך קען מען אלץ טרעפען עפעס.
אינטערנעט
און אין דעם גייט אויך אריין צוזאם געשטעלטע דהיינו pda מיט א phone
פאלם
האט נאר דריי אויס וואלען פון צוזאם געשטעלטע די treo 600. 650. 700 p-w
פאקעט פיסי
קען מען טרעפען אסאך מינים
יעצט אזוי צו האבען א pda/phone מיינט עס אז די דארפסט האבען עקסטערע סערוויס דערפאר און זיכער (אדערוויל) נישט אינטער  פערציג דאללער א חודש מער
אבער עס זענען דא נאך וועגען ווי אזוי זיך צו קאנעקטען אדער דארוך בלאטוט אדער וויי פיי וכדומה למשל אויב דיין מאשין האט בלאטוט און דיין פאון האט בלאטוט און די האסט א דעטע פלאן אויף דיין פאון קענסטו זיך קאנעקטען דערצו און אזוי גיין אויפן נעט (איך בין נישט זיכער וועגען ווארייזען)
יעצט די אינטערט אליין דערוף איז נישט די בעסטע עס ווענד זיך אויף וועלכע סייט וכדומה.. למשל איך האב א pda/phone איך קען טאקע ליינען הייד פארק אבער איך קען נישט שיקן דערפון קיין תגובות (ס'קען זיין אז פון די היינטיגע ווינדאס מאביל 5 איז בעסער כ'האב נאך נישט געטרייעט)
כ'האב נאר געשריבען אויבען אויף די דיפערנצען צוווישען די צוויי או איך האף אז עס וועט דיר אביסעל מער העלפען אין דיין דעסיזשען אז מ' פארשטייט נישט עפעס קען מען איבער פרעגן .....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 08:24 לינק ישיר 

אביסל הגהות אויף עולם_2; ערשטענס נייס ג'אב. דאס וואס ביי א פאקעט פיסי בלייבט די פראגראם'ס אפען איז א מעלה, אסאך האבן שוין געטרייט צו ענעיבלען מאלטי טעסקינג אויף פאלם, אן לאק. ווען מען לעשט אויס א פאלם איז עס אזוי ווי הייבערנעיד אויפן קאמפיוטער, א סאפט ריסעט ריבאט. סרוב פאלם נעמט נישט קיין סאפט ריסעט לענעגער ווי דרייסיג סעקונדעס (חוץ א לייף דרייוו) און עס קרעשט ווייניג (חוץ א T5 וואס קרעשט נאר איינמאל אין פינף מינוט) טאמער די האסט א פאלם פאן קענטסו זיין א גאנצען טאג קאנעקטעט צו דיין היים אדער אפיס קאמפיוטער. ווערייזאן האט געבלאק זייער בלוטוט. איך האב יעצט געטראפן א יידיש-ענגליש ווערטערבוך פאר פאלם http://www.tichnut.de/jewish/yiddishdictionary.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 22:36 לינק ישיר 

אוי שנאפס, מיט דיין אידיש ענגליש דיקשאנערי, סהאט אלע ווערטער, חוץ וואס מדארף, איך נוץ עס שוין אז יאר צייט (כמעט) און איך זוך נאך וואס PERHAPS  מיינט. וכדו, וכדו,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 23:35 לינק ישיר 

איך האב עס היינט אויספרובירט, אויף דעם פאסט זיך זייער די אויסדריק: "עס איז בעסער ווי עגמת נפש, אבער נישט קיין סאך..."



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 23:36 לינק ישיר 

טאגליכט, גערעכט. איך האב עס שוין א פאר יאר און נאכנישט געטראפן א ווארט וואס איך זאל דארפן און זיי זאלן האבן.

עולם 2 זייער גוט ארויסגעברענגט

לאמיר אביסל איבערגיין

די מעלה צו האבן אפען אפאר "ווינדאוס" איז זייער א גרויסע און וועל עס מוזן גוט איבערטראכטן פארן קויפן. אויב מוז איך יעדע מאל ווען איך וויל אריבער צו א צווייטע פראגרעם עס צומאכן איז זייער שווער.

וואס מיינט א  סאפט ריסעט?

צו קאנעקטען מיט א קאמפיוטער איז ביידע סיי בלוטוט און סיי ווייפיי, וועלכע איז בעסער?

וואס זאגסטו אויף PALM TX עס קאסט גאנץ ביליג 270 בערך 

איך בין נאר נישט זיכער אויב איז עס בעסער ווי למשל א פאקעט פיסי בערך פאר די פרייז.

און וואס איז וועגן שרייבן אידיש דערויף (אויף ביידע)? 

ווי שנעל ארבעט וויי פיי אויף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 04:30 לינק ישיר 

כ'האב דא אביסעל פארענטפערט..http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1945692



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 05:23 לינק ישיר 

טאגליכט,
קוידעם א שכוייח פאר דיין שיינע באשרייבונג פון לג בעומר.

נאכדעם אויב ווייסטו נאך אלז נישט וואס PERHAPS מיינט וועל איך דיר זאגן:

= עס קען זיין, מעגליך, גאנץ מעגליך, ייתכן, אולי, אפשר. 

 איך נוץ די דיקשאנערי, [נישט פאר א פאלם] , עס ווייסט אלעס.
http://www.thefreedictionary.com/



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 05:30 לינק ישיר 

משנה;

דיין פרייע דיקשאנערי טייטשט אבער נישט איבער אויף אידיש, אפשר יא?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/6/2006 08:39 לינק ישיר 

איך האב געזעהן אין אפאר פורם'ס אז מען איז מוציא לעז אויף פאלם'ס אז מען קען נישט ליינען קיין ווארד און עקסעל פייל. עס איז דא די docoments פון DataWiz און MobiSystems וואס איז זייער פארגעשריטן. מען עס טרענספערן דורך האטסינק אדער דורך א SD קארד אפילו דורך wifile pro אדער דורך א VPN די TX איז בעסטע פאלם וואס איז און וואס גייט ארויסקומען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 19:56 לינק ישיר 




שכוח משנה, באט איך האב שוין געוויסט, ווייסט פון ווי? פון דא
http://www.yiddishdictionaryonline.com
PAGE 17




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פאקעט פיסי אדער פאלם?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext