| נשלח ב-8/6/2006 05:43 |
|
| |
**אסיפת הקהילה**
מורי ורבותי, חברי הקהילה.
מ'זעמיר זיך צוזאמענגעקומען דא, פאר א וויכטיגע אסיפה, איבערצורעדן און דורכצושמועסן דברים
העומדים על הפרק, מיר וועלן פרובירן אנרירן אלע פונקטן וואס דארפן אויסגעשמועסט ווערן אבער
איך וויל בעטן דעם עולם........ זיך צו האלטן רואיג!!!!!!!!!!!....... איך בין שוין אן אלטער
איד!!!!!!!!!!.......... איך קען נישט איבערשרייען יעדן איינעם!!!!........... אז איינער וויל
קען ער אריינפרעגן אבער נישט שרייען!!!!!!.....
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 05:47 |
|
| |
אלזא, אלץ יושב ראש וועל איך נעמען דאס ווארט:
די צייט איז אנגעצויגן, נישט ווייל עס הערשט חלילה א שעת חירום אויף די וועלט, נאר פשוט ווייל ביז א פופצן צוואנציג מינוט וועט פארקומען די נעכטליכע (נישט אזוי שרייבט מען?) ליקוי היידפארק.
לאמיר זיך טאקע נעמען צום ענין, קורץ, שארף, און צו דער זאך.
צוערשט ווילן מיר ווילקאמען (איז דא אויף דעם א צווייט ווארט אין אידיש?) אלע נייע מעמבערס, אויפן שפיץ גאפל וועל איך אויסרעכענען: עולם_2 וועלכער איז הערשט היינט אנגעקומען און שוין איבערגעלאזט א מעכטיגע אינהאלטסרייכע זאפטיגע תגובה, וואס איך גלייב אז 'יאגעלע' וועט שטארק הנאה האבן (יאגעלע האט זיך היינט שטארק אויסגעמוטשעט, ארומגעלאפן אין אלע היימישע פורומים איבערפרעגן די זעלבע שאלה, דאכט זיך מיר אבער אז דא האט ער באקומען די זאכליכסטע תירוץ דערווייל), וועמען האב איך פארגעסן?
אז מען רעדט שוין, איז ממש א שאד אז דער דאיען איז ניטא, ער פלאנירט שוין א לענגערע צייט אפצוהאלטן אזא סארט אסיפה, היינט האט ער אפילו ארומגעשיקט אינוויאטאציעס אין די פריוואטע פאסט שאכטלעך פון די ראשי קהילה און פארוואלטער פונעם קרעטשמע מיט ראשי פרקים פאר די טעמעס וואס וועלן אויסגעשמועסט ווערן, אבער יעצט איז ער "ווי אין וואסער אריין"...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 06:01 |
|
| |
נו שוין... איז נישט. דאן וועט זיין אן סאכדעס'ן! איי דאונט קעיר!!!!.... לאמיר מאכן די זאך קורץ און שארף.
איינס! די בענקלעך אין טישן מוזן ווערן אפגעפיצט דורך יעדן אליין! יאנאש זיצט לעצטנס אין קהל'ס אפיס און ס'איז א פחד אריינצוקומען דא, ס'שטינקט, ס'איז קלעפעדיק, ס'איז פאר'חזיר'ט! א פחד!
צוויי! גראף! יא דער גראף! ער האט נישט! און איך זאג נאכאמאל: נישט! קיין דריסת הרגל דא! ניין! ער קען דא נישט אריינקומען און זיך מאכן טאמעוואטע ווי כאילו ער וויל העלפן אונז אידעלעך!
שרייטס נישט! לאמיך אייך פרעגן, וואו איז חיים חייקל לעצטנס? געשטארבן הא?! וואו איז יין שרף? הא?! געשטארבן וואס?! א בוידעם! גייטס נאר קוקטס ביים גראף אין קעלער! אדרבא גייטס!....
דריי! זייט דער דיים האט אויפגענומען זיין משרת סאכדעס פעלט געלט פון די קאסע! יא אזויווי איר הערט! ס'פעלט! נישט אז ער נעמט, ניין כ'האב דאס נישט געזאגט, אבער איר קענט דאך סאכדעס'ן, אן איידעלער איד קען ער זיך נישט פייטן מיט די אלע חברה וואס קומען דא אריין מיט ניק דבי יומי'ס און אלל אף עי סאדען ווערן זיי פארשווינדן! דאס גייט מיך נישט אן, אבער נאכדעם פעלט די געלט! און איך! בין דער וואס דארף עס נאכדעם אויסלייגן!....
און גרויזאמער! יא דער מיט די ברייטע מוסקלען, דער כלומרשטער גיבור וועמען מיר האבן געשטעלט אלס שומר דא, ער איז א טישקן, ער פיצט אפ ווען מ'הייסט אים נאכלויפן די גנבים! אין פייטינג עריע קען ער זיך פייטן אבער דעטס איט!....
נאך א זאך! משנה_למלך! מיר פרייען זיך זייער אז דו קומסט דא אריין, ס'איז אונז א כבוד דיך צו האבן דא, אבער! מער זאלסטו נישט איבערלאזן דיין קליינעם מאטי דא, ווייל די נאז רינט אים, און ער דרייט זיך ארום מיט די קאקאש קעיק'דיגע הענט און ער באטאפט יעדן! אז דו ביזט דא איז גוט, אבער ווען דו גייסט נעם אים מיט!....
יענטאאש'טע! אריין מיט די טיי און ווייס קוכן! איך בין שוין הונגעריג פון אזויפיל שרייען!....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 06:09 |
|
| |
איך וועל מוזן מאכן מיינע רייד קורץ און שארף, ווייל אט אט, ממש אין געציילטע רגעים, טרעט אריין דער תקופת היידפארק, אך און וויי פאר דעם יעניגן וואס דרוקט "שלח תגובה" ווען היידפארק דרימעלט, עס קען נעמען צוויי יאהר און דריי מיטוואך'ס ביז עס גייט אריבער צום קרעטשמע.
איז אזוי: בעצם האב איך גארנישט מוסיף צו זיין אויף די רייד פון אונזער חשוב'ער אלט געווארענער ראש הקהל, וועלכער שמעקט שוין לעצטנס פון ערד (אפשר פון צופיל קריכן אין די גראף'ס קעלערן), איך וויל נאר בעטן - אזוי ווי ער האט אנגעהויבן דעם שמועס פון רינדעוודיגע נעזער - אז די אלע וואס זענען פארקילט, איך רעד צו יעדן און איך מיין יעדן, אן קיין אויסנאם, זאלן זעהן אליין אפצורוימען זייערע שיין צוזאמגעלייגטע נאז פאפירלעך פון די טישלעך און דאס אריינגליטשן אין מיסט קאסטן (מיט די שמוציגע זייט אויף אראפ).
אויך זאל מען אכט געבן אפצואווישן די גמרות וואס האבן זיך אנגעליינט אויף די שמוציגע וויש פאפיר, עס איז נישט קיין כבוד פאר די ספרים און נישט פאר די מענטשהייט צו לאזן ווייסע קלעפיגע שמוצלעך אויף די דעקלעך פון די גמרות וואס ליגן ארום אויף די טישלעך.
לאמיר זען אויב עס גייט אדורך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 06:19 |
|
| |
יא טאקע!...... פונקט דאס האב איך געוואלט זאגן..... שכויעך קרעמער פארן דערמאנען וועגן די ראציגע טישוס, כ'האב לעצטנס געטראפן איינס אין מיין גלעזער קעסטל אפילו.....
אויך אין די קאווע שטיבל!!!...... הוי...... ההההההההוי..... אקעי לאמיך מיך בארואיגן אביסל..... ששששששש..... אקעי..... אין די קאווע שטיבל.... פליזזזזזזזז.... נאכאמאל פליזזזזז....... נישט צונעמען פון מיין ציגן מילך וואס איך האב מיך אוועקגעלייגט אין די זייט, אפילו אויב איך פעל שוין א לאנגע צייט.....
אקעי, איינער וויל נאך עפעס זאגן?....
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 06:52 |
|
| |
לאמיר זעהן צו די נעכטליכע מחלה לאזט מיך נאך אריינרעדן ביי די אסיפה,
מיר איז שוין פארענטפערט געווארן די שווערע גערוכן אין קאווע שטיבל, דורך הודאת בעל דין קעמייא איידעם, פון אלט פאזעצטען ראשהאקאהעל, אז זיינע ציגן מילך ליגן שוין דא פאר א לענגערע צייט אפשניט, און וויל נאך עס זאל זיין פריש? הא? אוודאי איז דא א שווערער גערוך.
אקעי לאמיר זעהן צו עס גייט אדורך
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 07:21 |
|
| |
יעצט צוועלף אזייגער איז די אסיפה אפיציעל געשלאסען מיט גרויס התרגשות, אלע פארזאמעלטע האבען צוגעהערט די אינהאלטסרייכע רעדעס ואס זענען געזאגט געווארען דורך די מיילער וואס שפייען בריליאנטען, עס האט געהערשט א אָנטאפעדיגע שטילקייט ווען יענטאש האט געשאָקעלט מיט'ן פינגער, א אָנצייכעניש אז מען רעדט פון זאכען וואס שטייען ברומו של עולם. נישט אלע האבען פארשטאנען וואס ער וויל זיך דערקייקלען צו זאגען, דערפאר האט קרעמער זיך גענומען די מוה און איבערגעטייטש אויף מאמע לשון די פרטים פון די אסיפה. מיר זענען אלע געזיצען מיט אפענע מיילער וואס דריקען אויס חרטה געפילען לתועלת הענין וועל איך נישט מאריך זיין ווייל יעדער ווייסט דאך ממילא וואס דער מדובר איז דא, לכן לאמיר האפען אז פון היינט אן ווייטער וועט נישט געשעהן א שוד ושובר בגבלינו, מען וועט נישט ברויכען מער פארופען אסיפות אינמיטען א גרינעם דאנערשטאג. יעצט וועלען מיר גיין א בליק טוען ווי די חברה טוען, די חברה וואס רעכטען אפ תיקון חצות
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 10:23 |
|
| |
איים סא סאררי אז מיין מאטי האט דיך באטאפט מיט קאקאש קעיק, מיסטער יענטאאש.
וואס שייך זיין רינעוודיקע נאז'לע, ווייסטו דאך, דאס קינד לערנט זיך ואס ער זעט ביי עלטערע. אז דער עולם וועט זיך אויפהערן בלאזן אזויפיל מיט טישו'ס, און דערנאך עס אונטערווארפן און צוקוועטשן אונטער די גמרות, וועט מיין מאטי האפנטליך זיך נישט האבן פון וועם צו לערנען.
וואנס עגעין, איי דיעפלי אפאליזשייס פאר דע קאקאיש קעיק. ... און ווייסט וואס כ'על דיר זאגן...דו ביסט אויך שולדיג! דארט נעבן דיינע ציגן מילך האסטו איבערגעלאזט אן שטיקל אלט קאקאש קעיק צו געבן ביי איינע פון דיינע הונדערטער יארצייטן. ומה יעשה הבן שלא יחטא...... ער זעט א 'גוטע זאך' כאפט ער עס מיט אלע פיר. נעקסטיים ברענג פרישע קעיק וועט עס ווערן אויפגעגעסן גאר שנעל.
נעקסטיים רעד נישט אויף מיין מאטי
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 00:11 |
|
| |
איך האב טאקע זייער הנאה געהאט פון עולם. איך האב זיך טאקע גוט אויסגעמוטשעט אבער פון איבעראל האב איך גענאשט גוטע זאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 05:43 |
|
| |
די צווייטע האלב פון די אסיפה איז פארגעקומען דורך א טעלעפאנישע קאנפערענץ, אין וועלכע עס האבן מיטגעהאלטן די פאלגענדע חברי הנהלת הקרעטשמע: סאכדעס, יאנאש, נאט-טו-ביזי, פענסטער, ואני הקטן, עס האט זיך געטאן אויף טישן און בענק, מען האט זיך גערופן איינער דעם צווייטן "טרי-וועי", מען האט גערעדט און געפלוישט, געפלאפעלט און גע'דבר'ט, ביז סאכדעס האט גענומען דאס ווארט, און מען האט געשטימט אויף פארשידענע רעזאלוציעס.
יענטאאש און בן הרחמן;
הייבט נישט אן צו שעלטן פארוואס מען האט אייך נישט גערופן, די סיבה דערצו איז זייער פשוט, ווייל איך בין דער איינציגער וואס קען אייערע סאטעליט טעלעפאן נומערן, און איך - גרויסע צולייגער - האב נישט קיין אנונג וויאזוי מען מאכט א דריי-וועג פון מיין טעלעפאן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 05:46 |
|
| |
אונז פשוטע דארפסלייט גייען וויסן וואס די רעזעלאציעס זעמען געווען, אדער יא?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 05:46 |
|
| |
ברוגז, שמוגז, לוגז, קרוגז!!!..... הו קעירס.....
עניוועי, הערטס אייך איין חברה.....
נאך דעם נעכטיגן קארפארעיטעד שטרענגע אסיפה, קומען מיר זיך יעצט צוזאם אויף א פריינטליכער ליל שישי שמועס, ווי דער עולם וועט ארומשמועסן איבער קאנטעינערס בונדלען מיט קאלא, ביר, פאפקארן און פיסטעטשויס, און זיך לאזן וואוילגיין...
איך האב מיך שוין פארגליכן מיט משנה_ללמך און זיין ראציגע מאטי, ער האט מיך צוריקגעגעבן מיין קאקאש קעיק און איך האב אים געגעבן א קיש מיט א לאלי פאפ, גאנץ א זיס יונגעלע גראדע.... כאטש אביסל פארשמירט....
עניוועי, אהער מיט די בונדלעך!
די באד-לייט איז מיינס!!!
יאנאש ברענג פון אונטערן קאונטער די בארביקיו פאטעיטא טשיפ!!!... אבער אויך א סעלצער!!!!!!!....
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 05:56 |
|
| |
איך וויל בעטן יענטאאש זאל מוחל זיין איבערלאזן די ברעקלעך פון די פאטעיטע טשיפס פאר מיינע קינדער וועלכע וועלן דא קומען אויפקערן מארגן גלייך אינדערפרי.
העפי לייל שישי
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 18:50 |
|
| |
ווי א שירעם נאכן רעגן פאל איך דא אריין אין אפיס, און קוקט זיך אום טישן און בענק האבן זיך דא געווארפן, קרעמער אויף א הויכהילכער האט פארציילט אלע מיליטערישע סודות פון די קרעטשמע, איי איי איי , וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז געווען א פייו וועי ליניע, שיער נישט האט קרעמער ארויסגעגעבן פאר נאט טו'ן ער זאל אריינפלעכטן בעני אין זאק אריין, אבער קוקט אויס אז גרויזאמער האט איהם אנגעקוקט מיט אזא פאר אויגן אז ער האט געמיינט ער פאלט אראפ פון בענקל, -בעני מעגסט מיר געבן דיין נומער, על מיר דיר קענען באטייליגען מיט אזא גרויסער ענין, מעגסט פרעגן די אלע וואס האבן מיר דאס געגעבן און נישט חרטה געהאט- יענטאאש דו באצאל פאר ווערייזאן (וועא"מ) אז קרעמער זאל קענען מאכן אזא דריי שטאקיגע טלפון קאל, סירופט זיך אויף א געוויסע שפראך סיכאט בעידא, עניוועי האטס מיר און זייטס מיר.
|
|
|
|
|